ⓘ קבלה ..

גולם

דאָס װאָרט גולם איז דער טײטש "אַ קערפּער אָן אַ פֿאָרם” און אין דער משנה אין כלים פֿי״ב איז פֿאראן "גולמי כלי מתכת”. מען האָט עס אױך גענוצט צו באַצײכענען אַ מענטש, װאָס האָט נישט קײן שכל, און די משנה אין פּרקי אבות פּ״ה רעכנט אױס די מידות פֿון אַ חכם און גיט צו "וחילופֿיהן בגולם”. שפּעטער האָט מען באַנוצט דאָס װאָרט פֿאַר אַ מענטשן־קערפּער אָן אַ נשמה. אין מדרש רבה ויקרא כ״ט װערט געזאָגט, אַז צוערשט האָט גאָט באַשאַפֿן אדם הראשון אַ "גולם”, נאָר דערנאָך האָט ער אין אים אַרײנגעבלאָזן אַ נשמה. אין דער ײדישער לעגענדע װערן געבראַכט פֿיל סיפֿורים װעגן פֿאַרשידענע ײדישע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָב ...

ישיבת המקובלים שער השמים

ישיבת המקובלים שער השמים איז אן אשכנזישע ישיבה אין מקור ברוך, ירושלים אוואו מלערנט קבלה. די ישיבה איז פאפולער און בולט אלס אזא וואס האט ארויסגעגעבן גרויסע ראשי ישיבות. די ישיבה האט געעפענט אין 1906 התרס"ו דורך הרב חיים יהודה לייב אויערבאך און הרב שמעון צבי הורוויץ. היינט זענען הרב ראובן גרוס און הרב גמליאל ראבינאוויטש די ראשי ישיבות. איינער פון די ערשטער תלמידים אין דער ישיבה איז געווען הרב הירש פסח פראנק.