ⓘ וויקיפּעדיע:אלע נייעסתשסותמוז. ברוך דיין האמת: ספינקא רעביצען פרוי פון ר בעריש ספינקער געשטארבן, נאכן ווערן אראפגעקלאפט פון קאר אין וואודריזש נעבן ספינקא קעמפ צ ..

                                     

ⓘ וויקיפּעדיע:אלע נייעס/תשס"ו/תמוז

  • ברוך דיין האמת: ספינקא רעביצען פרוי פון ר בעריש ספינקער געשטארבן, נאכן ווערן אראפגעקלאפט פון קאר אין וואודריזש נעבן ספינקא קעמפ צוזאמן מיט ספינקא רבי ר בעריש הורוויץ - וואס איז קריטיש.
                                     

1. מאנטיג, כ"ז תמוז

  • וויליאמסבורג: פאליציי כאפט נערווען בראך, און שיסט אויס זיינע קוילן אין 10נטן שטאק פון שעיפער דירות.
                                     

2. זונטאג, כ"ו תמוז

  • זון פון סידני רב אפגעפארן, ערקלערט זיך געי און ארטיסט, דאקומענטירט זיין לעבן מיט פילם פון מקוה אלס ערשטער סעקסואלער עקספיריענס פון חרדישע בחורים, אונטער ארעסט דורך משמרת הצניעות וואס האט צוגערעדט בחורים עדות זאגן קעגן אים אז ער האט זיי באלעסטיגט.
                                     

3. פרייטאג, כ"ד תמוז

  • וועד הרבנים נוצט אוישוויץ אין זייער עדווערטייזונג קאמפיין אפצושרעקן פרומע אידן זאלן נאר קויפן זייער כשר סעלפאןס.
                                     

4. מיטוואך, כ"ב תמוז

  • פאליציי אין לעיקוואד ארעסטירט מאן איבער רעיפ פון פרומע מיידל צוויי מאנאטן צוריק עי פי פי.
  • נטורי קרתא האלט אפ פראטעסט צוזאמן מיט אראבער אין די גאסן פון מאנהעטען קעגן ציונים. בילדער - בחדרי חרדים
  • טאגבוך פון איזראעלי פייטער זשעט פיילאט. זשעי פאוסט
  • וויליאמסבורג: וואסער טעקסי סיגנאלט טויש פון ארטיסטן געגענט צו רייכע וואל סטריט געגענט. נ.י. סאן
  • גליל איז פוסט, וואוסט און פארלאזט אונטער רעגן פון נאכאנאנדיגע מיסילס. בילדער טור פון בחדרי חרדים
  • צענטער פון ארץ ישראל אונטער טעראר אלערט, אלע הויפט וועגן בלאקירט, זיכענדיג אויפרייס טעראריסט אויף די פריי. זשעי. פאוסט
  • לייוו ווידיאו קליפ: פאקס טעלעוויזשען רעפורטער קומט אונטער צהל קוילן אינמיטן באריכט. פאקס נייעס
  • חיזבאלא סטראשעט אמעריקע. נ.י. פאוסט
  • וועב סייט ערלויבט אידן פון איבער די גארער וועלט צו הייסע פיצא פאר סאלדאטן אויפן פראנט. פיצא איי.די.עף.
  • צה"ל איז אין קאנטראל אויף די ים ארום לבנון; א בליק אין איינע פון די שיףן. זשעי.פאוסט
  • לייוו ווידאו קליפ פון חיפה לויפענדיג אין שעלטער אונטער טויב-מאכענדע קולות פון די סירינעס וואס ווארענען פון די פליענדע ראקעטען אויף זייערע קעפ. יו.טוב.


                                     

5. דינסטאג, כ"א תמוז

  • קורצע שנעל טוישענדע מיטעל מזרח קריג אפדעיטס. שינוי כיוון
  • צהל באמבאדירט איראנישע לאנגע שטרעקע מיסיל אין לבנון, וואס וואלט געקענט דערגרייכן תל אביב ברייטבארט.
  • חיזבאלא פארשטארקעט אטאקע, יעדע מינוט רעגענט אן אנדער ראקעט אויף צפון ארץ ישראל. יופיאיי
  • פרוי צהל סאלדאטקע, געשטאכן פארוואונדעט נאך איבערפאל, איר ביקס אוועקגעכאפט, אנגרייפער געכאפט. זשעי. פאוסט
  • געוועזענער סאטמאר ראש ישיבה און יועץ פון ר יואל טייטלבוים, ר נתן יוסף מייזעלס נפטר געווארן. חדשות סאטמאר
  • אמעריקע אנטי איראק מלחמה דעמאקרטאן צעטיילט איבער מיטל מזרח קאנפליקט. פארווארד
  • טויזענטע נעמען צו די גאסן אין ניו יארק סיטי צו שטיצן ארץ ישראל. בילדער און ווידיאו קליפס
  • פאשקעווילן רעגנט אין לבנון קעגן חיזבאלא. רויטערס
  • שידוך ביי סאטמאר-ארונים עלטסטע זון פון ר מענדעלע טייטלבוים א חתן געווארן מיט טאכטער פון מאשלוי רבי. כל העולם כולו
                                     

6. מאנטאג, כ"א תמוז

  • קורצע שנעל טוישענדע מיטעל מזרח קריג אפדעיטס. שינוי כיוון
  • צהל באמבאדירט איראנישע לאנגע שטרעקע מיסיל אין לבנון, וואס וואלט געקענט דערגרייכן תל אביב ברייטבארט.

אין אנדערע נייעס:

  • באבי יאר אנדעק וואנדאלעזירט זשעי פאוסט.
  • ישראלישע פאליציי ארעסטירט הויפט פון ירושלים אל זשאזירא דראזש ריפארט.
  • בוש דריקט זיך אויס מיט א מיאוס ווארט קעגן די חיזבאלא יאהו נויז.
  • באמבע אויפרייס פארמיטן, איגענטליכער פארכאפט אין ירושלים אויפן וועג זיך אויפרייסן. זשערוסאלעם פאוסט
  • טומי לפיד ווערט אנפירער פון יד ושם. וויינעט
  • 2 פייער באמבעס געשאסן אויף שול אין רמת שלמה שועפט געגענט אין ירושלים. זשערוסאלעם פאוסט
  • 1.000 לינקע ליבעראלע אידן פראטעסטירן אין די גאסן פון תל אביב פארלאנגן מען זאל פארהאנדעלן מיט חיזבאלא און כאמאס. וויינעט
  • פאליסטינער ווארפן באמבע אויף צהל פאטראל אין שכם אומברענגענדיג 1 און פארוואונדעט 6 זשערוסאלעם פאוסט
  • עקספערטן ווארענען: תל אביב איז נעקסט אויף די מאפע צו ווערן באשאסן מיט ראקעטען. נ.י. פאוסט
  • פראפעסאר דוד בערגער באשרייבט אין יתד נאמן אז אפילו די אנטי-משיחסטען אין חבד גלייבן אז דער רבי איז משיח און ער וועט אויפשטיין תחיית המתים אונז אויסצולייזן פון גלות. די חילוקי דעות איז נאר צו ער איז צייטווייליג געשטארבען צו נישט. יתד נאמן
  • מחלוקת פאנאוויטש: געריכט פסקענט לטובת ר אליעזר כהאנעמאן קעגן זיין שוואגער ר שמואל מארקאוויטש. בחדרי חרדים
  • הארץ באשרייבט אין לענגערען ארטיקל די דראמא פון מאה שערים, וויאזוי ישראל אהרן קלעצקין האט זיך פאראמפערט מיט די קנאים זיינע בעסטע קאסטומערס פון אלע יארן וואס האבן ביי אים געדרוקט אלע פאשקעווילן הארץ
  • אידישע פרוי קלאגט אן חברה קדישא אז זיי לאזן צו מציבות קעגן די הלכה אין קווינס בית החיים ניו יארק טיימס
  • זון פון קרית יואל מעיאר געשטארבן נאך לענגערע מחלה וואס איז נייעס


                                     

7. זונטיג, כ תמוז

  • מיטעל מזרח קריג אפדעיט שינוי כיוון
  • חיזבאלא הויפט נאסראלאה: דאס איז נאר די אנפאענג. רויטערס.
  • איראנער פירער אחמאדינעזשאד: מדינת ישראל פירט זיך אויף ווי היטלער זשעי פאוסט.
  • תל אביב אונטער ראקעט אטאקע ווארענונג וויינעט.
  • איראן האט זיך באטייליגט אין די שיף אטאקע ניו יארק פאוסט.
  • חיזבאלא שיסט עטליכע ראקעטן אויף חיפה, 8 טויט און צענדליגע פארווונדעטע.
                                     

8. שבת, י"ט תמוז

  • חיזבאלא שיסט 12 קאטיושעס אויף טבריה.
  • חברת החשמל וועט נישט אפאקן עלעקטריק שטראם אין צפון ישראל פון די איינוווינערס וואס זיינען איר שולדיג געלט. וואלה
  • 3 אומגעקומענע סאלדאטן און איין געמארדעטער נאךן באמבאדירן זייער שיף נעבן לבנון.
                                     

9. פרייטאג, יולי 14

  • ראקעטן פאלן אויף חיפה צפת און גליל, 2 טויט, 100 פארוואונדעט, און איבער 2 מיליאן אידן אין סכנה. ווינעט.
  • פירער פון עקסטרעם אידישע גרופע וואס האט געזאגט אז זיי האבן פארכאפט 2 פאלעסטינע אלס נקמה אקט, איז ארעסטירט אין ירושלים שטעלט זיך ארויס אלס הוילע בלאף. וויינעט.
  • גאנצער שפיטאל אין נהריה אראפ אין שעלטער וויינעט.
  • פערל אבראהאם רעדט וועגן איר משפחה, גאט, און פרייליכקייט. לוי פארד אינטערוויאו
  • וויליאמסבורג: שיף וועט טראגן און ברענגן איינוואונער קיין וואל סטריט טעגליך פון שעיפער בילדינג וואס איז נייעס
  • הויפט אידישער פאנד רעיזער צו טאני בלעיר ארעסטירט צוליב כאבאר קארופציע. ניו יארק טיימס
  • ר אהרן טענדלער זאגט אז ער איז מער נישט קיין רב. קענאניסט
  • ר מרדכי טענדלער ציעט צוריק קלאגע אויפצודעקן אידעטיטעטס פון בלאגערס וואס האבן אים באשמוצט. ניו העמפסטעט ניוז
                                     

10. דאנערשטאג, יולי 13

  • ראקעטן פאלן אויף חיפה ווינעט.
  • עקסטרעם אידישע גרופע זאגט אז זיי האבן פארכאפט 2 פאלעסטינע אלס נקמה אקט וויינעט.
  • חיזבאלא וויל אריבערפירען די פארכאפטע ישראלישע סאלדאטן קיין איראן זשעי פאוסט.
  • 8 צהל סאלדאטן טויט פון חיזבאלא אנפאל. וויינעט
  • לעיקוואד בית מדרש גבוה שיקט א כולל קיין סידני אוסטראליע אויפצובויען אידישקייט. לאקאל סידני פרעסע
  • ליבעראלע אטאקעס קעגן זשאו ליבערמאן פארטרייבט פרומע אידן פון דעמעקראט פארטיי דורכאויס גאנץ אמעריקע. פארווארד
  • רעפובליקאנער סענאטור פון פענסלוועניע אויף גרויסע צרות קומט צו אידן און ציונים פאר הילף. פארווארד
                                     

11. מיטוואך, יולי 12

  • זאלונים האלטן אפ היסטארישען זיג, פארבלייבן ביי די מאכט אין סאטמאר וויליאמסבורג, ארונים פארלירן אויך זייער טייל פון בית החיים אין קרית יואל. אפעלאט ריכטער באשטעטיגן פסק פון ריכטער באראש אז דאס סעקולערע געריכט קען זיך נישט אריינמישן אין די אינערליכע קריג פון קהל יטב לב בעלות, ווייל עס רורט אטאמאטיק אן דעם רעליגיעזע פאנדעמענטאלע פראגע, וויפל דער רבי האט א כוח אפצוזאגן מעמבערס פון א חסידישע קהילה ווי סאטמאר. ניו יארק טיימס
  • חיזבאלא פארכאפט 2 צהל סאלדאטן. יאהו נייעס
  • קירוב רחוקים און בעלי תשובה באוועגונג צווינגט חרדישע רבנים צו רעדן אפען דעת תורה קעגן געיז, א זאך וואס וואלט קיינמאל פריער נישט פאסירט צוליב די צניעות פראבלעם. זשערוסאלעם פאוסט
  • עף.בי.איי. און איי.אר.עס. פירן דורך אבאלאווע אויף דיעל ישיבה. עי.פי.פי.
  • נייער פילם פון ר יוליש קרויס, דער פאשקעווילן קאלעקטאר, און ר ישראל אהרן קלעצקין דער פאשקעווילן שרייבער. ירושלים פילם פעסטיוואל
  • ר אמנון יצחק פובליצירט נייער ניגון פאר זיין ענווה מארטש, קעגן די געיז שטאלץ מארטש. שופר ניוז
  • שרעקעדיגער ווידיאו קליפ פון סאטמאר וויליאמסבורג ספרדי בעל תשובה נטורי קרתא קנאי געווארענער מוסולמענער ר יוסף כהן ערקלערט אז איסלאם וועט איינעמען די וועלט צו דורך גאט און אז נישט מיטן שווערד. גוגל ווידיאו
  • מדינת ישראל פרעזידענט ר משה קצב ווערט באשולדיגט דורך 2 פרויען אז ער האט זיי סעקסואל באלעסטיגט. עי. פי.
  • פראטעסט אפגעהאלטן קעגן ניו יארק טיימס. ניו יארק סאן


                                     

12. דינסטאג, יולי 11

  • איסט סייד דאקטער וואס האט עקספלאודירט זיך אין זיין בנין, האט געטשעפעט אידישען ווייב מיט האקן קרייץן ווען זי האט געליטן פון קענסער ניו יארק פאוסט
  • סייענטיסטן: ברית מילה היט אפ פון כאפן עידס וויירוס. רויטערס
  • זקא אונטער נייע פירערשאפט פון ר דודי זילבערשלאג הייבט אן נעמען געלט פון מדינת ישראל ערוץ 7
  • חרדישער טאטע ארעסטירט נאכן אוועקכאפן קינד פון חדר. בחדרי חרדים
  • סאודי אראביע: משמרת הצניעות ארעסטירט 70 יאריגע שוואכע פרוי צוליב יחוד. לאקאלע צייטונג
  • איד געשאסן אין חבד שול נפטר געווארן. סאן סעטעניאל
  • דעילי ניוז קעגן ניו יארק פאוסט: ערשטער חרדישער פאליציי נישט אנגענומען דעילי ניוז
  • פאשקעוויל אין ירושלים רופט חרדים צו מערדערן געיז. און קול קוראס פון עדה החרדית רופט יעדן איד צו טאן אלע מיטלען זיי אפצושטעלן. וויינעט
  • געהיימע שריפטן פון אלבערט איינשטיין אויפגעדעקט: ער האט פארלוירן זיין גאנצן רייכטום צום סטאק מארקעט און האט געהאט ליבע אנהאנדעלונגען מיט 10 פרויען און 2 ווייבער. ניו יארק פאוסט
  • עם. טי. עי. צווינגט מיסיאנערישע גרופע זשוס פאר זשיסעס צו טוישן זייערע לאגאס נאכדעם וואס זיי קאפירן די 2 טרעין ליניעס וואס פירן חרדישע אידן פון בארא פארק און וויליאמסבורג, J and F ליניעס. ניו יארק פאוסט


                                     

13. מאנטאג, יולי 10

  • ניו יארק סיטי פאליציי נעמט אויף ערשטע חסידישער אינגערמאן אין אירע ראנגן. ר יואל וויטריאל איז געבוירען אין וויליאמסבורג און געלערנט אין קרית יואל ישיבה, דינט מיט פולער בארד און געקרייזעלטע פיאות. ניו יארק פאוסט
  • בריטישער אינגער אידישער פירער דערמארדעט אין די גאסן פון וואשינגטאן די.סי. סאמטינג זשואיש
  • קנאים שלאגן ירושלים צעטליך קלעבער ר ישראל אהרן קלעצקין נאך זיין דף היומי שיעור אין זכרון משה שטיבלעך. ען. עפ. סי.
  • לעיקוואד: אידישער ריעל עסטעיט פירמע אנגעקלאגט אין ראיסיסטישע דיסקרימינאציע קעגן נישט אידן. זשעי.טי.עי.
  • בארא פארק קאנסולמאן ר שמחה פעלדער ערלעידיגט א מיליאן דולער ווערט פון נייע סקול באסעס פאר חרדישע מוסדות צו ווערן אויסגעטיילט דורך אגודת ישראל. ניו יארק סאן
  • נייער חרדישער ליטווישער ישוב אין וואטערבערי קאנעטיקעט קויפט בנין פאר נייער מקווה. לאקאל צייטונג
                                     

14. זונטאג, יולי 9

  • יודא משי זהב אין א אינטערוויאו מיט שרי מקובר, איבער זיין שטורמישען לעבן פון הויפט ירושלים קנאי ביז הויפט חרדישער פריינט צו פרייע אידן איבער די וועלט. בחדרי חרדים
  • יודא משי זהב געזעגענט זיך פון זקא. ערוץ 7
  • טעכנאלאגיע לערנען צענטער געפענט אין חרדישע שטאט ביתר אויסצולערנען פרויען צו ברענגן פרנסה וויינעט
  • ר מרדכי טענדלער קלאגט אין גוגל זאל ארויסגעבן אידענטיטעט פון יידישע בלאגערס וואס האבן געשריבן אויף אים לשון הרע. פרעס רעליס
  • 4 חרדים ארעסטירט אין ירושלים ביים ווארפן שטיינער אויף פארענדע קארס אין שבת ביי בר אילן גאס. זשערוסאלם פאוסט
  • מדינת ישראל העכסטער געריכט שטעלט אפ דאס גאנצער געבוי און אנטוויקולינג פון נייעם שטאט מודיעין עלית צוליב שטח וואס געהער צו אראבער. זשערוסאלם פאוסט
                                     

15. פרייטאג, יולי 6

  • מזל טוב: טאהשער רבי א חתן געווארן. כל העולם כולו
  • טינעק ניו זערסי ערוויילט ערשטען פרומע אידישער מעיאר. לאקאל פעיפער
  • בטל געווארן געפלאנטע שיעור פון ר מרדכי טענדלער צוליב שמוציגע סקאנדאל. הארץ
  • מעיאר מייק בלומבערג אינדורסירט זשאו ליבערמאן אלס פאליסי פאר פארטיי. ניו יארק פאוסט
  • פאול ווייזט אז רוב אידן אין קאנטיקעט וועלן שטימען קעגן זשאוי ליבערמאן. זשעי.טי.עי.
  • אויסגעקומען נייער חרדישער בילדער מאגאזין; העולם החרדי קעגן כל העולם כולו. בחדרי חרדים
  • ארוינשער מאגאזין: דער פלאם קריטיקירט מציצה בפה סטעיט אפמאך. און דרוקט אפען ארטיקל פון געאסורטע אינטערנעט הייד פארק טשעט רום. חדשות סאטמאר
  • געריכט אין מדינת ישראל באפעלט חרדי צוריק צאלן פאר הארץ צייטונג, פארלוימדונג געלטער, ווייל פובליצירן א בילד פון אים אין אומאיידעלע גאס, איז ער אליינס שולדיג פארן זיך דרייען דארטן. ערוץ 7
  • א פרייליכן זומער; קעמפ רעים קאונסלערס מאכן לעבעדיגע מוזיק ווידיאו. גוגל ווידיאו
  • שומרי שבת שול אין בארא פארק פארברייטערט אירע מנינים מעריב אין שכנותדיגער באנק. כאפצעם
  • משפט וואלעס אפדעיט: חרדישע טאטע וואס האט זיך לויט די פאליציי מלכתחילה האבן מודה געווען אין מארד פון קינד, ווערט שוין נאר באשולדיגט אין שאקעלן דאס קינד. וויינעט


                                     

16. דאנערשטאג, יולי 6

  • בני ברק רבנים אנערקענען ערשטער היסטארישער סעקס טערעפי פראפעשנאל ארגענעזאציע וואס נעמט קער פון חרדישע בחורים וואס מאכן קאליע אנדערע בחורים דורך סעקסואל זיי באלעסטיגן, זעהנדיג אין דעם א פשרה שליכטונג, פון נישט מסירה אבער אויך נישט משמרת הצניעות. הארץ
  • ירושלים שטאטראט וועט צושטעלן פובליק און פרייע עקסערסייז פלעצער צו הייבן געזונטהייט לעבנסשטייגער פון די איינוואונער. וויינעט
  • חבד שלוחים האלטן אפ זיצונגען מיט ווייסען הויז באאמאטע קרוינהייטס אינפא
  • ר חיים קאניעבסקי אסרט צו ארבייטן במקום סכנה אונטער אראבישע טעראר אטאקעס. אלעגעמיינער
  • האלאקאוסט לויער אונטער קריטיק נאכן פארלאנגן אסטראנאמישן סכום פון 4 מיליאן דולער. אלגעמיינער
  • 11 יאריג קינד קריטיש נאך מודעה וואס פאלט אויף זיין קאפ אין שומרי החומות שול. בחדרי חרדים
  • חרדישע פרעסע; דער ליטווישער יתד נאמן און דער חסידישער המודיע איגנארירען מערכה קעגן געי שטלאץ מארטש צוליב צניעות. הארץ
                                     

17. יולי 4

  • ביתר: הצלה אינגערמאן אומגעקומען אין טראגישער עקסידענט. בחדרי חרדים
  • סאטמאר מחלוקת אפדעיט: געריכט קלוירק שרייבט שארפן בריוו ווי ער טוט צוניש מאכן די אלע קלאגעס פון די זאליס אז די אלע הייד פארק רומערס זענען גרונדלאז און ווערדלאז, און מזאל תיכף אויפהערן צו אריינדרינגען אינעם געהיים פון די ריכטערס באהאנדלונגען, אויך פארן ארוני לויער, שרייבט ער אז עס איז נישט בכבודיג פארן געריכט צו אטאקירן זייער קאלעגע זאלי לויער, און ספאסט נישט פארן געריכט כאטשיג ער דאס טוט צופרידצושטעלן זיינע קליענטן. כל העולם כולו
  • המודיע צענזוררירט קאטעלאג פון פעלדהיים פובלישינג דערמיט ווייזענדיג א שטארקער קאנטראסט צווישן ארץ ישראלדיגע פרומע קעגן די מער ליבעראלע פרומע פון אמעריקע. זשערוסאלם פאוסט
  • איזראעלי דראג דילער וואס האט זיך באנוצט מיט חרדישע בחורים און אינגעלייט צו שווערצן זיינע סחורה געשאסן אין קאנאדעשער לוקסוסדיגע האטעל, אינמיטן האנדל וואס האט אנגעזעצט. נאשינעל פאוסט
  • זשוס פאר זשיסעס מיסיאנערן פארפלייצן ניו יארק גאסן, הויפט צילן; רוסישע חסידישע און איזאעלי אידן ניו יארק טיימס
  • אומרוען אין מאה שערים: פאליציי אטאקירט פון חרדים בשעתן ארעסטירן אראבער אומלעגאלע ארבעטער אין געשעפט. וויינעט
  • הילערי קלינטאן וועט שטיצן קעגנער פון אידישן סענאטאר זשא ליבערמאן אויב פארלירט ער דעמאקראטישע וואלליסטע. ניו יארק פאסט
  • שנארערס פארטריבן פון היינט מאל אן פון כותל. וויינעט
  • 59 יעריגע אידישע פרוי געבורט צווילינג טייםס אנליין.
  • אידישע פרומע סענאטאר זשאו ליבערמאן וואס שטייט אויס צו פארלירן פריימעריס פאר ווידערווילונג, זאגט ער וועט לויפן אלס אומפארטייאישער קאנדידאט אויב ער פארלירט פריימעריס עי פי.
  • ר יהודה לעוויןס ארבייט אויף א צוזאמען ארבייט צווישען די קריסטן, אראבער, און פרומע קעגן די געפלאנטע געי שטאלץ פאראדע אין ירושלים געקרוינט מיט סוקסעס, זיי ארבייטן אלע צוזאמען קעגן די פאראדע. יהודה לעווין זאגט צו א בלוט באד פאר חדשים נאכדעם זשעי פאוסט.
  • קאטראווערסיאלער רב און תלמוד חכם פון ענגלאנד וואס איז געווארן ארויסגווארפן פון ארטאדאקסישע אידענטום צוליבזיין ערקלערונג אז די תורה איז געשריבן דורך מענטשן געשטארבן. טיימס אונלייין
  • ארץ ישראל: סייענטיסטן ערפינדן נייער טעכניק צו אפשטעלן קענסער צען פון זיך פארשפרייטן. יאהו נייעס
  • רמלה: פאליסטינע טעראריסטן וואס האבן פארכאפט מתנחל פאריגע וואך אונטער ארעסט פון צהל. וויינעט
  • ווי פארזיכערט איז אייער קינד אין די זומער קעמפס? ליינט א באריכט פון אלע זיכערהייט און געזונטהייט פארלעצונגן דורכאויס די לעצטע יארן. רעקארד
  • א מגיד שיעור אונטער ארעסט פון א ירושלים ישיבה קטנה נאך דעם וואס 1 תלמיד זאגט אז ער האט אים סעקסואל באלעסטיגט. פאליציי פארשט נאך תלמידים נאכדעם וואס ער איז מודה אין פארברעך. וויינעט
  • טראץ אינטערנעט איסור: הייד פארק שלאכטן צווישן ארונים און זאליס גרייכט וועלטלעכע מעדיע. רעקארד
  • סופרים קארט שטעלט אפ צייטווייליג, פסק פון נידעריגער געריכט קעגן רעליגיע סימבאל אין שטאטישע שטח. יועס עי טודעי.
                                     

18. יולי 3

  • מלחמה אין עזה פארשטערקערט אולמערט ווארענט מיטן ערגסטן ביז מען גיבט נישט צוריק פארלוירענעם סאלדאט, צה"ל ברעכט זיך איין אין אפיס פון די טעראריסטישע כאמאס.פאקס
  • קרית יואל ספענד די מערסטע געלט פאר לאביאונג מער פון אלע שטעעט און קאונטיס פון גאנץ ניו יארק סטעיט. ניו יארק טיימס
  • כשר פלייש שעכט הייזער אונטער פעדעראלער אויספארשונג צו זיי שרויפן נישט ארויף טייערע פרייזן. וויינעט
  • קרוין הייטס בית דין רבנים מחלוקת אפדעיט: ר אהרן יעקב שוויי שרייבט בריוו אנלייגענדיג די שולד פון משה רובאשקין ארעסט אויף ר אברהם אזדאבא. קאפי פון בריוו
  • סטעיט דאפארטמענט טעראר וועב סייט, רעכנט נישט אויס פאליסטינער טעראריסטן. זשערוסאלם פאוסט
                                     

19. יולי 2

  • הרב אלישב רופט עסקנים זיך צו באהעפטן מיט קריסטן אפצוהאלטין שטאלץ פאראדע אין ירושלים. בחדרי חרדים
  • חסיד אומות העולם, גוי וואס האט געראטעוועט איבער 400 אידן פון נאציס געשטארבן אין קעטסקילס ניו יארק זערוסאלם פאוסט
  • רוסישער אנטיסעמיט פארלימענט מעמבער, טרעפט זיין אידישן טאטען באגראבן אין ארץ ישראל. הארץ
  • רובאשקין פלייש ערעפענט נייער פלענט אין נעברעסקע לאקאל צייטונג
  • לעיקוואד באוויינט אינגן איד וואס איז געשטארבן אין קאר עקסידענט. ע.פי.פי.
  • 11 יאריג מיידל וויזיט מאנסי פון ריווערדעיל אויף שבת, אומגעקומען אין עקסידענט פון שיכורן דרייווער אויף 306 אין פארענט פון בית רחל מיידל שולע. זשורנאל ניוז
  • וויסענשאפטליכע פארשריט און העלפן געבוירן קינדער פאר עלעטערן, פארשאפט נייע הלכה קאפ וויי צו קינדער זענען אידן אדער אויב יא צו זיי מעגן חתונה האבן מיט אידן. ניו יארק טיימס
  • מדינת ישראל פרעזידענט משה קצב ברעכט זיך און איז מסכים אנצוריפן רעפארם פירער ראביי אבער נישט רב אדער הרב און רבי זשערוסאלם פואסט
  • רייכער איזראעלי יורד און דעמאקראט, חיים סאבאן קויפט אמעריקעס גרעסטע טעלעוויזשען נעץ. וויינעט
                                     

20. יוני 29

  • כיכר השבת ברענט: חרדים קאמאנדעווען, לאזן זיך ארעסטירן, און פארשטיינערן און שלאגן מיסיאנערישע טוריסטען. אין מאה שערים. ערוץ 7
  • אהרונים ענטפערן אפ זאלי אדוואקאט בריוו מיט קאנטער בריוו פון זעלבע באשולדיגונג אז די זאליס האבן 7 לויערס אויך פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן געריכט, און אז די קארופציע רומארס אויף ריכטער באראש איז אמת געווען ממילא איז דאס נישט קיין טענה וואס די ארונים זענען שולדיג, און אז די הודעה פון הייד פארק איז א ביליגע אויסגערעכנטע קאנספיראסי פון די זאליס, געשריבן דורך אן אינטערגעשטעלטע זאלי וואס פארשטעלט זיך ווי אן ארוני צו פארדרייען די קעיס פון די ריכטיגע רעלסן. כל העולם כולו
  • שווערע חתונה קאסטן פאר ארץ ישראל אידן, לייזונג אויפן האריזאנט: חרדישער חבדסקער ביליאנער ר ישעי בוימלגרין אנטשפרעכט צו בויען אמעריקאנער סטייל דירות צו דינגן אין ירושלים, דאס ערשטע מאל אין ארץ ישראל היסטאריע. בחדרי חרדים
  • איזראעלי בלאגער באגייט זעלבסטמארד. וועקט אויף דעבאטע איבער די סכנה פון בלאגס, ווי פערזענליכע טאגבוך ווערט דורך געוואשן פון האסליכע קאמענטורער. הארץ
  • כאמאס מיניסאטארן ארעסטירט. הארץ
  • 2טער משכון געטראפן טויט אין רמלה הארץ
                                     

21. יוני 28

  • ברעיקינג: זאלי הייד פארק פארום חדשות אנש סאטמאר אפגעשפארט אויף מסורת פאלטפארמע. חדשות סאטמאר
  • סאטמאר מחלוקת: אין די טעג וואס מען ערווארט א פסק פון די ניו יארקע אפעלאט געריכט, טוט זאלי אדוואקאט אפשיקן א לאנגן בריוו צום געריכט קלערק מיט באשולדיגונג אז די אהרונים האבן 11 לויערס פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן די געריכט אומיושרדיג, אלס באווייז געבט ער א קאפי פון דעם העברעאישן שמועס גרופע הייד פארק סייט וואס פארציילט אומלעגאלע געהיימע אינפארמאציע אין באציאונגען מיט די ריכטער און זייער שטאב. כל העולם כולו
  • וויליאמסבורג ערשטע פאזע בוי ארבייט פון ריזאונינג אנגעהויבן, נייע לאו אינקאם דירות קומן הארט נעבן אליעזר קעסטנבויםס בילדינג. ניו יארק וואן
  • חיים ברוך רובין פון די גרינדער פון שומרים אין לעיקוואד ארעסטירט אויף געבן שוחד צו א פאליציי מאן זאל אפווישן זיין ווייבס טיקעט. עי.פי.פי.
  • אפדעיט פון וואלעס משפט: פאליציי פרוי אויספארשער האט אומאיידל אנגערירט ר ישראל וואלעס אנקעגן די הלכה, און געזאגט ליגענט פאר די פרעסע אים צו באשולידגען אויף מארד פון בעיבי. ערוץ 7
  • צהל כוחות אינוואדירן עזה פאס, צו באפרייען 2 פארכאפטע איזרעאליס. בריקן מיט עלעקטעריציטעט אויסגעהאקט. וויינעט
  • פאליסטינער באווייזן פאפארט פון 2טן פארכאפטן איזראלעי משכון, מתנחלישע ישיבה בחור. וויינעט
  • ניו יארק סיטי געזונטהייט קאמיסיאנער, קריטיקירט מציצה בפה אפמאך מיט סטעיט קאמישינעקע. ני אבזערווער
  • פאראייניגטע שטאטאן סענאט אין וואשינגטאן האלט אפ יארצייט סעודה לכבודו פון ליובאוויטשער רבין אין זיינע חסידים. חבד אונליין
                                     

22. יוני 27

  • קרוין הייטס קהילה מחלוקת ארויס פון קאנטראל; ר משה רובאשקין, מיט קעגנער ארעסטירט נאך געשלעג. קרוינהייטס אינפא
  • שול אין האליוואד פלארידע וועט באקומען 2 מיליאן דולער פארגיטיגונג צוליב דיסקרימינאציע פון שטאט ראט. לאקאל צייטונג
  • ר מאיר ווערטהיימער אנפירער פון המספיק באשמוצט אין רעקארד אז ער מאכט צופיל געלט. רעקארד אונליין
  • שטאט ווערטשאפט בלאקירט אינטערנעט עקסעס תורה לערנען וועבסייט פאר ארבייטער. עי.פי.
                                     

23. יוני 26

  • זונות זעהן זייער רעגולער קאסטומער חבד שליח אין מאנטשעסטער ענגלאנד פרעדיגען אידישקייט אויף טעלעוויזיע אז לויט די תורה טאר א מאן נישט געבן שלום פאר פרוי צוליב צניעות, רופן זיי טאבלוידן אים צו פארשעמען פאר די גאנצע וועלט מיט בילדער אז ער איז היפאקריט און מנובל. וויינעט
  • ערשטע 24 שעה אידישע טעלעוויזיע אין אמעריקע. הארץ
  • יוגענטרוף באצאלט $1.000 דולער פאר פרייע אידישע איגענטליכע וואס ציען זיך קיין ברוקלין צו רעדן אידיש. ניו יארק דעילי ניוז
  • ירושלים: משמרת הצניעות פארשטארקט מערכה קעגן אינטערנעט
  • בילדער פון בחורים אין אינטערנעט קאפע הייזער פארשפרייט. שלמה שמש ברענגט אייך די פלאקאטען פון ירושלים גאסן.
  • נאך אמאל: אינטערנעט קאפע הויז וואנדאלאזירט. בחדרי חרדים