ⓘ אידישע היסטאריע ..

אגריפס דער ערשטער

אגריפס דער ערשטער גערופן יוליוס אגריפס איז געווען א רעכטער אייניקל פון הורדוס און מרים החשמונאית, ער איז געבוירן צו זיינע עלטערן אריסטובולוס און בארניקי אין יאר 10 איידער דער ציווילער רעכענונג. אריסטובולוס איז פאראורטיילט געווארן צום טויט אינאיינעם מיט זיין ברודער, אלעקסאנדער, דאס ווען אגריפס איז א קליין קינד פון דריי יאר. אנהייב איז אגריפס אויפגעצויגן געווארן אינעם פאלאץ פון דער קעניגליכער פאמיליע אין ירושלים, דערנאך אין רוים, וואו אגריפס האט ערהאלטן זיין דערציאונג. שפעטער איז אגריפס געווארן דער לעצטער אפציעלער קעניג אין ארץ ישראל אין צייטן פון צווייטן בית המקדש, און געשטארבן אין יאר 43.

אידנטום אין כינע

אידנטום אין כינע גייט צוריק אומגעפער צום 8טן יארהונדערט. איינע פון די עלסטע געמיינדעס אינעם ווייטן מזרח געפינט זיך אין כינע. ווען די מענטשנס רעפובליק פון כינע איז געגרינדעט געווארן אין 1948 זענען געבליבן ווייניג יידן אין כינע וואס האבן געהאלטן יידישקייט. אין די 19טן און 20סטן יארהונדערטער האבן יידישע סוחרים פון ארום דער וועלט אנגעהויבן קומען האנדלען אין די פארטן פון כינע, ספעציעל אין האנג קאנג, דעמאלסט א בריטישע קאלאניע, שאנכיי און הארבין. ביים אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט זענען טויזנטער יידישע פליטים פון דער רוסישער רעוואלוציע געקומען קיין כינע, און אויך ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה.

אלכסנדר ינאי

אלכסנדר ינאי, איז געווען א קעניג, און כהן גדול, פון די חשמונאים דינאסטיע. ער האט געקעניגט איבער ארץ יהודה אנגעפאנגען אין יאר 103, ביז יאר 76 איידער די צווילע רעכענונג. ער האט זיך אסאך פארנומען מיט מלחמות, און קאמפן קעגן די גויים וואס האבן זיך געפונען אין ארץ ישראל, און האט איינגענומען, און פארברייטערט די גרענעצן פון די יידישע מדינה. זיין טאטע איז געווען יוחנן הורקנוס דער ערשטער, זון פון שמעון התרסי, און אייניקל פון מתתיהו הכהן. זיין ברודער יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, האט געהערשט איידער ינאי איז ארויף, און ער האט פיינט געהאט ינאי, און אים איינגעזעצט אין טורמע. ווען ער איז געשטארבן האט ינא ...

ארטהאדאקסישע קאנצעליי

די ארטאדאקסישע קאנצעליי איז געווען דער אידישער רבנישער כח וואס די רעגירונג אין אונגארן האט צוגעטיילט פאר דער ארטאדאקסישער געמיינדע. שפעטער ווען אונגארן האט פארלוירן די ערשטע וועלט מלחמה, און מען האט אוועק געשניטן שטיקער פון עסטרייך אונגארישע אימפעריע, איינס פון די שניטן געווען זיבנבערגן וואס איז אריבער קיין רומעניע דעמאלטס האט די רומענישע רעגירונג פארלאנגט אז זיי זאלן זיך אפטיילן און מאכן א באזונדערע קאנצעליי. דער ערשטער פארזיצער פון קאנצעליי איז געווען הרב קאפל רייך, וואס ער איז אויך פריער געווען א דעפוטאט אינעם אונגארישן פארלאמענט.

ארכעלאאס

ארכעלאַאס איז געווען דער נאכפאלגער פון הורדוס. זיין מוטער איז געווען איינע פון די פרויען פו הורדוס, די שומרונישע מלתקי. ווען זיין פאטער הורדוס איז געווארן קראנק האט ער געהייסן הרגענען זיין ערלטערן זון אנטיפאטער ווייל ער האט אים פאררעכנט אלס א מורד במלכות, דערנאך האט ער געלאזט רופן זיין פארטרויאונגס מאן און באדינער תלמי און אים געגעבן זיין קענעגליכע רינגל און זיגל און אים געהייסן אויסרופן זיין זון ארכעלאַאס אלס קעניג נאך זיין טויט און אים אהין געבן דאס קעניגליכע רינגל. תלמי האט אויסגעפאלגט די באפעל. נאך דעם וואס ארכעלאַאס האט באזעצט זיין פאטערס טראן, האט ער געליטן גאר שווערע רדיפות פון זיין ...

ארץ יהודה

ארץ יהודה, איז די לאנד פון שבט יהודה, וואס זיי האבן איינגענומען ביי די יידישע אפענסיווע, אינאיינעם מיט יהושע בן נון, און די טייל איז געגעבן געווארן צו די שבט.

                                     

ⓘ אידישע היסטאריע

  • די היסטאריע פון די יידן גייט שוין אן כמעט פיר טויזנט יאר איבער דער גארער וועלט. די היסטאריע הייבט זיך אן מיט די אבות, אברהם, יצחק און יעקב. די גרינדער
  • זאכן וואס האבן נישט קיין שום מקור און עס איז און איינקלאנג מיט די אידישע היסטאריע וואס גלייבט אז פאר זעקס טויזנט יאר צוריק איז נאך אלעס געווען פוסט און
  • די אידישע היסטאריע הורדוס איז געבליבן אין די אידישע היסטאריע באוואוסט אלטס א גרויסער רשע און רוצח, אבער פונק אזוי א חשובה חלק פון אידישע היסטאריע בפרט
  • מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB ענ גערופן אידישע וועלט און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא וו. פון די פאפולערסטע
  • מאסן מערדער און אויסערגעווענליכע אונטערדריקונגען פון אידן במשך פון די אידישע היסטאריע אין גלות. דער טערמין שטאמט פון די ווערטער אנטי - שם. עס איז גענוצט געווארן
  • געוויסע היסטאריע פון אלטע פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן. צום ביישפיל: א טראנספארטציע מוזעאום, שיף מוזעאום, אדער פון ספעצילע עטיקס פאלק. אידישע מוזעאום
  • און לייגן ניטאמאל פנימער פון אידן. רוב ארטיקלען זענען תורה דיג אדער אידישע היסטאריע אזוי אויך פארמאגט עס א פרויען אפטיילונג און א קינדער אפטיילונג. וועגן
  • זיין אפשטאם איז פון שבט בנימין דאס אידישע פאלק איז געווען אין גלות דורכאויס דער גרעסטער טייל פון איר היסטאריע זיי זענען שוין געווען אין כמעט יעדן ווינקל
  • איז זייער כוח שוין גענוג מעכטיג שטארק צו באשאפן די גרעסטע אידישע אנציקלאפעדיע אין היסטאריע מיט א אין - סוף ארטיקלען וואס אנטהאלט אינפארמאציע פון די וועלט
  • אפיציעלער הלכה פיגור פאר דער קהלה. עס זענען געווען פילע רבנים אין די אידישע היסטאריע וואס זענען געבליבן איינגעקריצט אין זכרון פונ ם פאלק אלץ הייליגע און