ⓘ בעריש הורוויץ. רבי ישכר דוב בעריש הורוויץ, באקאנט אלס רבי בעריש הורוויץ, איז געווען דער ספינקער רבי אין וויליאמסבורג, ברוקלין. ער איז געווען דער עלצטער זון פון ..

                                     

ⓘ בעריש הורוויץ

רבי ישכר דוב בעריש הורוויץ, באקאנט אלס רבי בעריש הורוויץ, איז געווען דער ספינקער רבי אין וויליאמסבורג, ברוקלין. ער איז געווען דער עלצטער זון פון ר הערשעלע ספינקער און געווען אן איידעם ביים איהעלער רב.

ער האט געגרינדעט און אנגעפירט די ספינקא מוסדות ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט, פון דארט האט ער זיך ערווארבן דעם נאמען ווי א ספעציאליסט אין חינוך, און ער האט צוגעשטעלט צענדליגער מחנכים וואס זענען היינט צו טאג צעשפרייט אין היימישע מוסדות התורה.

נאך דעם וואס זיין פאטער איז אוועק האט ער געעפנט זיין בית המדרש אויף דעם נאמען פון זיין טאטן.

ער האט ארויס געגעבן א סעריע ספרים פון זיין טאטן, תפארת צבי על התורה - איטליכע בענדער, מועדים, זמירות לשבת, הגדה של פסח.

אין דער נאכט פון כ"ט תמוז ערב ראש חודש אב התשס"ו איז זיין רביצין בלומא שרה ז"ל פלוצלינג אוועק פון אן עקסידענט אין די קעטסקילס.

מאנטאג פארטאגס, י"ט תשרי התשס"ח, דעם דריטן טאג חול המועד סוכות, איז ער אוועק פון דער וועלט. ביי דער לויה וואס איז פארגעקומען יענעם טאג האט מען אויפגענומען זיין זון רבי יוסף מאיר אלס ממלא מקום.

                                     

1. משפחה

די קינדער פון רבי בעריש ספינקער און זיין רביצין בלומא שרה זענען:

  • רבי יקותיאל יהודה, איידעם ביי רבי יצחק אייזיק מנחם אייכנשטיין פון גאלאנטא.
  • רבי יוסף מאיר, ספינקער רבי "בית שמואל צבי" אין וויליאמסבורג
  • רבי משה יעקב, ספינקער רבי "אהלי צבי" אין עירמאנט
  • רבי אהרן דוד, זאבאלאטאווער רבי, איידעם ביי רבי יעקב שמשון טירנויער פון חוסט.
  • פערל, ווייב פון רבי נפתלי הירצקא בערגער פון מישקאלץ.
  • רבי יואל, איידעם ביי רבי שמואל חיים יחזקאל פאנעט פון דעעש.
  • טויבא, ווייב פון רבי אשר זעליג אשרי.
  • רבקה, ווייב פון רבי צבי הלוי פרידמאן, סעלישער רב.
  • חיה רויזא, אשת רבי יעקב דוד זעגעלבוים פון וויען.