ⓘ ט שבט. יום ההצלה רעטונגס טאג פון די צוויי הייליגע ברידער, האדמור רבי אהרן רוקח דער בעלזער רב זצל און רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב זצל. אין דעם טאג, אין יאהר ..

                                     

ⓘ ט שבט

  • יום ההצלה רעטונגס טאג פון די צוויי הייליגע ברידער, האדמו"ר רבי אהרן רוקח דער בעלזער רב זצ"ל און רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב זצ"ל.

אין דעם טאג, אין יאהר התש"ד 1944, האבן די צוויי ברידער עררייכט די באדן פון דעם הייליגן לאנד נאך א לענגערע געפארפולע רעטונגס אקציע וואס איז אונטערגענומען געווארן מיט די הילף פון בעלזער חסידים איבער דער וועלט.

דער טאג ווערט געפייערט ביי צענדליקער טויזנטער אידן איבער דער וועלט אלס א יום טוב, בעלזער חסידים רעכטן אפ סעודות און זאגן נישט קיין תחנון אין דעם טאג.

                                     

1. יארצייטן

  • התשע"ו - רבי רפאל שמואלעוויטש, א ראש ישיבה אין דער מירער ישיבה און א מיטגליד פון דער רעדאקציע פון דער תלמוד-ענציקלאפעדיע
  • התרכ"ה - רבי יהוסף שווארץ, מח"ס "תבואות שמש" און "תבואות ארץ"
  • התקמ"ד - הרב אליהו ישראל, רב און אב בית דין פון אלעקסאנדריע
  • התשכ"ח - רבי אליעזר סילווער, פרעזידענט פונעם אגודת הרבנים פון די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע
  • התר"ן - רבי יעקב קטינא, ראב"ד אין חוסט, מח"ס "רחמי האב"
  • התקפ"ו - הרב רפאל ישעיהו אזולאי, אב"ד אנקאנא און שד"ר