ⓘ סוכות ..

ארבעה מינים

די פיר מינים זיינען לולב, אתרוג, הדס און ערבה. אין די יידישע תורה איז עס איינע פון די מצוות און מען דארף זיי ביי די אלע זיבן טעג פון יום טוב סוכות, אזוי ווי עס שטייט: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים. ויקרא מען נעמט איין לולב, איין אתרוג, דריי הדסים מען מעג נעמען מער ווי דריי הדסים און צוויי ערבות.

לולב

דער לולב איז איינע פון די פיר מינים וואס מען איז מחויב צו שאקלען אום סוכות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים, וַעֲנַף עֵץ עָבֹת, וְעַרְבֵי נָחַל, וּשְׂמַחְתֶּם, לִפְנֵי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים" ויקרא כג מ. די לולבים וואקסן אויף טייטלביימער. ביז די לעצטערע יארן פלעגט מען נעמען סתם לולבים, רוב דערפון פלעגן קומען פון על אריש און פון עגיפטן. לעצטנס זייט עס איז ערפונדן געווארען די באקאנטע דערי לולבים זײַנען מדקדקים במצות מקפיד צו ניצן דעם סארט לולב וואס זיי האלטן אים פאר װוּנדער־שײן.

סוכה

סוכה איז די פּראָוויזאָרישע כאַטקע וואָס אידן ציען זיך אַרײַן צו וואוינען דאָרטן אין משך פון סוכות. מען עסט און מען שלאָפט אין דער סוכה. אַ סוכה דאַרף זײַן באַדעקט מיט כשרן "סכַך". דאָס ווערט אַרויסגעלערנט פונעם פסוק: בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים.

סכך

סכך מוז על פי הלכה זיין פון א מאטריאל וועלכע וואקסט ארויס פון דער ערד גידולו מן הקרקע, א שטייגער ווי די אפט-באנוצטע באמבו שטעקנס, לולבים, צי פארשידענע אנדערע סארטן בלעטער און ביימער. די סכך מוז אויך זיין אפגעשניטן פון דער ערד, איז למשל, אויב מאכט מען א סוכה אונטער א בוים, איז זי נישט כשר. אבער דער סכך מוז געמאכט ווערן פון א מאטריאל וואס איז נישט מקבל טומאה, דאס הייסט נישט קיין כלי ווי א לייטער אדער א באנק. אויך טאר די סכך נישט האבן קיין שלעכטע גערוף, וואס פארמיאוסט דאס זיצן אין דער סוכה. אויך מוז די סכך צושטעלן מער שאטן ווי זון-שיין צלתה מרובה מחמתה; עס מוז אבער נאך אלס זיין גענוג אפן אז ב ...

שלאק

שלאק איז א צודעק פאר א סוכה, געמאכט צו באשיצן די סוכה פון רעגן. אויך איז דאס א שפּעֶט-נאמען אויף א פרוי וואס איז שלעכט. זי איז א שלאק, דאס מיינט געווענליך אז מען קען זיך נישט דורכקומען מיט איר. צוליב וואס הלכות סוכה פארלאנגט אז די דאך פון די סוכה זאל זיין אונטערן הימל, און מענטשן ווילן נישט אז זייער סוכה זאל נאס ווערן ווען עס גייט א רעגן, מאכט מען א שלאק וואס איז א דאך וואס מען קען גרינג עפענען ווען עס רעגנט נישט, און צומאכן ווען עס רעגנט יא.

שמחת בית השואבה

שמחת בית השואבה איז א טאנץ צעראמאניע וואס מען פרייט זיך מיט אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם אפצוצייכענען די ניסוך המים עבודה פון די צייטן פון בית המקדש. וויבאלד סוכות איז דער הערבסט יום טוב חג האסיף וואס הייבט זיך אן די רעגן סעזאן, נוצט מען אויס דער מאמענט צו בעטן און דאנקן און לויבן פאר די וואסער וואס איז דער אינטערגאלסטער באשטאנדטייל פון נאטור. די משנה אין סוכה ערקלערט לגבי די פרייליכקייט: מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו. במוצאי יום טוב הראשון של חג ירדו לעזרת נשים ומתקנין שם תיקון גדול. מנורות של זהב היו שם, וארבעה ספלים של זהב בראשיהם, וארבעה סולמות לכל אחד ואחד, וארבעה ילדים מ ...

                                     

ⓘ סוכות

  • סוכות חג האסיף - הארבסט פייערונג - איז א י ידישע זיבן טאגיגע פייערונג, פון ט ו תשרי ביז כ א תשרי. גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת. עס
  • סיון ראש השנה בכסא ליום חגנו - א תשרי יום כיפור שבת שבתון - י תשרי סוכות חג האסיף - ט ו תשרי שמיני עצרת עצרת - כ ב תשרי היינטיגע צייטן האלט מען
  • ערב סוכות ה תקס ג - רבי שלום שכנא פון פראהבישט געב תקכ ט ה תקע ה - רבי ישראל האפשטיין, דער קאזשניצער מגיד געב ה תצ ז ה תרס א - רבי מרדכי גאלדמאן
  • ערשטער טאג יום טוב סוכות ט ז תשרי איז אין ארץ ישראל דער ערשטער טאג חול המועד סוכות און אין חוץ לארץ דער צווייטער טאג יום טוב סוכות י ז תשרי, י ח תשרי
  • דער פינפטער טאג חול המועד סוכות אין ארץ ישראל דער פערטער טאג אין חוץ לארץ ה תכ ד - רבי העשיל פון קראקא, מחבר פון חנוכת התורה ה תקפ ט - רבי אליעזר
  • אין ארץ ישראל דער ערשטער טאג חול המועד סוכות אין חוץ לארץ דער צווייטער טאג יום טוב ה תנ ח - רבי משה זכותא, מחבר פון קול הרמ ז ה תרל ט - הרב יצחק דוב
  • דער דריטער טאג חול המועד סוכות אין ארץ ישראל דער צווייטער טאג אין חוץ לארץ ה תע ד - רבי יחזקאל לאנדא, דער נודע ביהודה נפטר ה תקנ ג ה תקס ב - הרב
  • דער צווייטער טאג חול המועד סוכות אין ארץ ישראל דער ערשטער טאג אין חוץ לארץ ה תרמ ז - דוד בן גוריון איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת
  • דער זעקסטער טאג חול המועד סוכות דער פינפטער טאג אין חוץ לארץ וואס מען רופט הושענא רבה. ה רנ ג - קריסטאפער קאלומבוס אנטפלעקט אמעריקע. ה תש ז - די וואס
  • דער ערשטער טאג פון סוכות א יום טוב ה תש ד אויפשטאנד אין דעם סאביבאר פארניכטונג לאגער: 14 ס ס אפיצירן און אוקראינישע שומרים געהארגעט, און מער ווי 300
  • דער פערטער טאג חול המועד סוכות אין ארץ ישראל דער דריטער טאג אין חוץ לארץ ה תרמ ה - הרב נפתלי יעקב הכהן מחבר פון אוצר הגדולים אלופי יעקב ו סבר נפתלי
                                     

אושפיזין

מיינט איר דאס פילם אושפיזין? אושפיזין געסט אין אראמיש זענען די 7 נעמען פון די רוחניותדיגע אידישע פאלקס טאטעס וואס קומען אריין אין דער סוכּה יעדער נאכט אלס געסט פון דעם יו"ט סוכות ע"פ קבלה. אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד מען זאגט א ספעציעלע תפילה זיי צו לאדענען.

                                     

אתרוג

אתרוג איז א מין שמעקעדיקע אלעמאל-גרינע ציטרוס פרוכט וואס ענדלט צו א לימענע סיי אין אויסזען און סיי אין טעם. דער אתרוג איז איינער פון די ארבעה מינים וואס מען נעמט סוכות. דער אתרוג איז איינער פון די פינף מקורותדיקע ציטרוס פרוכט. אין דער תורה ווערט דער אתרוג גערופן "פרי עץ הדר".

                                     

ערבה

מען לייגט צוויי ערבות צוזאמען מיטן לולב און הדסים פאר די ארבע מינים. רוב מענטשן שטעלן די ערבות אויף דער לינקער זייט פון דעם לולב; לויטן אריז"ל לייגט מען איין ערבה צו רעכטס און איינס צו לינקס. הושענא רבה נעמט מען א בינטל פון פינף לויט רוב שיטות ערבה רוטעלעך וואס הייסט אן "הושענא" און מען קלאפט עס פינף מאל אויף דרערט. מען שאקעלט דאס זיך צו ערוועקן מיט פרייד צו אפגעבן לויב און דאנק פאר די גוטע פלאנצונגן.