ⓘ קארטשין איז א שטעטל אין דער אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט, פוילן, 5 קמ מזרח פון קראס, 15 קמ צפון פון רימאנאוו, 15 קמ דרום פון סטריזאוו. אין 1900 האבן געוואוינ ..

                                     

ⓘ קארטשין

קארטשין איז א שטעטל אין דער אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט, פוילן, 5 ק"מ מזרח פון קראס, 15 ק"מ צפון פון רימאנאוו, 15 ק"מ דרום פון סטריזאוו.

אין 1900 האבן געוואוינט אין קארטשין 1026 יידן.

                                     

1. רבנים פון קארטשין

  • הרב שמואל אהרן רובין נפ כ״ז תמוז תרל״ז, מחבר פון "בית אהרן" אויף מסכת גיטין, ‏ א חסיד פונעם צאנזער רב, איז געווען רב ביז תרל"ז, ווען ער איז אויפגענומען געווארן דיין אין קראקע.
  • הרב אשר רובין זון פון הרב שמואל איז געווען רב פון תרס"ד ביז תרצ"ב
  • הרב שמואל רובין איז געווען רב פון תרל"ז ביז זיין פטירה אין תרס"ד
איין זון איז געווען הר"ר נפתלי פון ווישניצא, אן איידעם פון דעם שינאווער רב.
  • הרב מרדכי רובין זון פון הרב אשר, רב פון תרצ"ב ביז תרצ"ד
  • הרב אליהו רובין זון פון הרב אשר, רב פון תרצ"ד, דער לעצטער רב אין קארטשין