ⓘ ישכר דוב רוקח, א. רבי ישכר דוב רוקח איז געווען רב אין בעלז, מזרח גאליציע, און דער דריטער רבי פונעם בעלזער חסידות, פון התרנד ביז זיין פטירה. ער איז געווען א זון ..

                                     

ⓘ ישכר דוב רוקח (א)

רבי ישכר דוב רוקח איז געווען רב אין בעלז, מזרח גאליציע, און דער דריטער רבי פונעם בעלזער חסידות, פון התרנ"ד ביז זיין פטירה.

ער איז געווען א זון פון הר"ר יהושע רוקח. נאך זיין פאטערס פטירה האט ער איבער גענומען דאס רבנות פון בעלז און די רביסטעווע. ער האט אויך געפירט די מחזיקי הדת באוועגונג וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט ער איז געווען א שטארקער לוחם קעגען ציונית און די אגודת ישראל.

                                     

1. משפחה

רבי ישכר דוב האט געהייראט מרת בתיה רוחמה, די טאכטער פונעם טשערנאבילער רבין רבי זושא טווערסקי, דער זון פון רבי אהרן טווערסקי. זי איז נפטר געווארן יונגערהייט. זייערע קינדער זענען געווען:

  • מרת חנה רחל, די ווייב פון רבי פינחס טווערסקי פון אוסטילע.
  • רבי אהרן רוקח, זיין בכור און ממלא מקום

נאך דער פטירה פון מרת בתיה רוחמה האט ער געהייראט בזיווג שני חיה דבורה די טאכטער פון רבי אברהם שמואל פיטשניק פון בערעזנא, אן אייניקל פון ביידע עלטערן פון רבי יחיאל מיכל, דער זלאטשאווער מגיד. זיי האבן געהאט זיבן קינדער:

  • די ווייב פון רבי יוחנן טווערסקי, זון פון הרב נחום משה פון קאוול (זון פון רבי וועלוול פון רחמיסטריווקא
  • די ווייב פון רבי יצחק מנחם נחום טווערסקי פון ראווע-רוסקע
  • רבי שלום רוקח פון אפטא, איידעם ביי רבי ישראל פון סטאלין
  • רבי מרדכי רוקח פון בילגוריי, דער פאטער פונעם היינטיקן בעלזער רבין ישכר דוב רוקח
  • העניא, ווייב פון רבי ברוך האגער, סערעט־וויזשניצער רבי, און בזיווג שני ווייב פון רבי נפתלי פערלאוו, זון פון רבי נחמיה פון קוידאנאוו־באראנאוויטש
  • רבי יהושע רוקח פון יעראסלאוו, איידעם ביי רבי יוסף מאיר טווערסקי פון מאכניווקא
  • די ווייב פון רבי יוחנן טוועררסקי אב בית דין הריבעשאוו, זון פון רבי משה מרדכי פון לובלין