ⓘ מנחם נחום טווערסקי. רבי מנחם נחום טשערנאבלער איז געווען דער גרינדער פון טשערנאבילער חסידות, און פון די ממלאי מקום פונעם בעל שם און גרויסן מגיד. ער איז באקאנט או ..

                                     

ⓘ מנחם נחום טווערסקי

רבי מנחם נחום טשערנאבלער איז געווען דער גרינדער פון טשערנאבילער חסידות, און פון די ממלאי מקום פונעם בעל שם און גרויסן מגיד. ער איז באקאנט אויפן נאמען פון זיין ספר מאור עינים, וואס איז איינע פון די גרונד ספרים פון חסידות.

                                     

1. אפשטאם

רבי נחום איז געבוירן געווארן אין דער שטאט גאַרינסק, וואהלין גובערניע, אין יאר הת"ץ, צו זיין פאטער הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם.

זיין זיידע רבי נחום גאון האט געהאט אויסער רבי צבי נאך צוויי זין:
  • הרב נחום שאסטאק, ער איז געבוירן נאך זיין פאטערס פטירה.
  • הרב אריה לייב אסטערזעצער, ער האט געלערנט מיט דעם בעל שם טוב די כתבים וואס זיין פאטער האט אים געהייסן איבערגעגעבן פאר דעם בעש"ט.

רבי נחום איז נאך געווען א קינד ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, און זיין פעטער האט אים אויפגעצויגן.

                                     

2. רבנות

ווען רבי נחום איז געווען א יונגערמאן האט דער בעל שם טוב אים צוגעצויגן צו חסידות און איז געווארן זיינס א תלמיד מובהק. נאך דער פטירה פון בעש"ט איז רבי נחום געווארן פון די גרויסע תלמידים פון מעזריטשער מגיד.

נאך ביים לעבן פון זיין רבין האט שוין רבי נחום אנגעהויבן ארום צופארן אין די שטעטלעך אין וואהלין, צו דערנענטערן יידישע הערצער צום אייברשטען. נאך זיין רבינס פטירה האט רבי נחום אנגעהויבן פירן זיין אייגענעם הויף, פון אנפאנג איז ער געווען אין פראהאביטש, און שפעטער אין טשערנאביל. אסאך פון די צדיקים פון זיין צייט פלעגן פארן זיך פראווען ביי אים. זיין אייניקל הרב יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס שרייבט, "ביים זיידן רבי נחום איז געווען איין אויבן-אן מיט ווייסע זשיפעצעס".

ביי חסידים פלעגט מען דערציילן, אז דער מאור עינים האט ערקלערט, אז ווען ער האט געזאגט דברי תורה איז עס געווען אין באגריף פון "שכינה מדברת מתוך גרונו". דער ספר מאור עינים, אינאיינעם מיט די ספרים תולדות יעקב יוסף פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה, זענען געווען ספעציעל באליבט ביי חסידים אלץ א "כלי ראשון" פון תורת החסידות, זייענדיג פון די ערשטע געדריקטע ספרים פון די תלמידי בעש"ט. אנדערש פון דעם ספר התניא פון רבי שניאור זלמן מלאדי, וואס איז באזירט אויף הויכע באגריפן פון חכמה בינה דעת, און רבי נחום האט געהאלטן אז נישט דאס האט זיין רבי - דער גרונדער פונעם חסידות - געוואלט מזאל לערנען אלץ דרך פאר פשוטי עם.

                                     

3. זיין פאמיליע

רבי נחום האט געהייראט מרת שרה אן אייניקל פון הרב יצחק שפירא, רב אין לובלין, א זון פון הרב נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע "דער מבוא השערים". זייערע קינדער:

  • רבי אברהם טווערסקי התקס"ו - ב תמוז התרמ"ט, פון טוריסק.
  • רבי יצחק טווערסקי התקע"ב - י"ז ניסן התרמ"ה פון סקווירא.
  • רבי משה טווערסקי התקמ"ט - י"ח טבת התרכ"ו, פון קאריסטשאוו.
  • רבי אהרן טווערסקי התקמ"ד - ח כסלו התרל"ב, פון טשערנאביל.
  • רבי יעקב ישראל טווערסקי התקנ"ד - י"ג אלול התרל"ו, פון טשערקאס.
  • רבי מנחם נחום טווערסקי התקס"ה - ז תשרי התרי"א, פון מאקאראוו.
  • מרת מלכה, די ווייב פון רבי יחיאל מיכל, פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפילא
  • רבי דוד טווערסקי התקס"ח - י אייר התרמ"ב, פון טאלנא.
  • הרב מרדכי טווערסקי התק"ל - כ אייר התקצ"ז, באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער.
  • רבי יוחנן טווערסקי התקע"ו - ד ניסן התרנ"ה, פון רחמיסטריווקא.
  • מרת שיינדיל, די ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן התקפ"א אומגעפער - י"ג כסלו התרל"ו), פון ליעווא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.
  • מרת חנה חיה, די ווייב פון רבי דוד האראדעצקי, אן אייניקל פון רבי דוד לייקעס.
  • הרב משה טווערסקי
  • מרת חוה די ווייב פון רבי שלום שכנא פון פראהבישט התקכ"ו - י"ד תשרי התקס"ג.
  • הרב אריה לייב, פון סדילקאוו
  • הרב ישראל - ב אייר התר"ז, מגיד פון באהפאלי, דער פארפאסער פון ספר עטרת תפארת ישראל.
  • מרת מלכה, די ווייב פון הרב אברהם, מגיד פון קאריסטשאוו. זייערע קינדער