ⓘ דעמאגראפיע איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט די באפעלקערונג פון דעם ערד פלאנעט אדער פון געוויסע פעלקער, איר וואוקס אין היסטאריע און אין איר צוקונפט. זי איז כולל די ..

                                     

ⓘ דעמאגראפיע

דעמאגראפיע איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט די באפעלקערונג פון דעם ערד פלאנעט אדער פון געוויסע פעלקער, איר וואוקס אין היסטאריע און אין איר צוקונפט. זי איז כולל די שטודיע פון ענדערונגען אין דער באפעלקערונע דורך געבורט. טויט, עלטערן און וואנדערן.

                                     

1. היסטאריע

ביים ענדע פון דעם 19טן י"ה ווען די טעכנאלאגיע האט זיך זייער אנטוויקלט האבן זיך די מענטשן געמערט זייער דראסטיש. צ.ב.ש. אין יאר 1800 האבן געלעבט אין אייראפע ארום 180 מיליאן מענטשן, און אין יאר 1900 האט די צאל געשטיגן צו 400 מיליאן. די סיבה דערוועגן איז אלס די אנטוויקלונג פון דער טעכנאלאגיע וואס האט באזארגט מער עסנווארג פאר די מענטשן אלס די לייכטע טראנספארט, און אויך האט זיך די מעדיצין זייער אנטוויקלט, און עס איז פארמיידנט געווארן פילע שווערע קראנקייטן.

אויך האבן זיך פילע מענטשן אריבער געצויגן פון די דערפער צו די גרויסע שטעט, אלס דעם וואס דער עיקר ארבייט איז אריבער פון די פארמערס צו גרויסע פאבריקן אין די שטעט.

אלץ די גרויסע איינגעניש וואס איז געווארן אין אייראפע, האבן זיך מאסן מענטשן אריבערגעצויגן צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ארגענטינע, קאנאדע בראזיל און נאך, מיטן צוועק צו טרעפן ארבעט אין די אנגעקומענע לענדער. אויך די יידן איבערהויפט די ארימעלייט האבן זיך אריבערגעצויגן צו די דערמאנטע לענדער און א קליין טייל אויך צו ארץ ישראל זעט אויך די ערשטע אימיגראציע.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →