ⓘ טעכנאלאגיע - באנגאלאר, אינזשעניר, נאנאטעכנאלאגיע, נייעס, GPS, SMS, VoIP, איי.בי.עם., אייפאן, אנטי שאפליפטינג ..

באנגאלאר

באַנגאַלאר, אפיציעל בענגאַלורו, איז די הויפטשטאָט פונעם אינדישן שטאט קארנאטאקא. מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 8.42 מיליאן איז ער די דריט גרעסטע שטאָט אין אינדיע. באנגאלאר איז דער גרעסטער צענטער פאר אינפארמאציע טעכנאלאגיע אין אינדיע

אינזשעניר

אן אינזשעניר איז איינער וואס ארבעט אין אן אפצווייג פון אינזשעניריע. אינזשענירן באניצן טעכנאלאגיע, מאטעמאטיק און וויסנשאפטלעך וויסן צו לייזן פראקטישע פראבלעמען. די וואס ארבעטן אלס אינזשענירן האבן געוויינטלעך א דיפלאם אין א שטח פון אינזשעניריע.

נאנאטעכנאלאגיע

נאַנאטעכנאלאגיע, אדער אינקורצן נאַנאטעק, איז אן אלגעמיינער נאמען פאר דער שטודיע און טעכנאלאגיע פון פענאמענען פון סיסטעמען וואס זענען גרויס פון 1 ביז 100 נאנאמעטער. אין דעם שטח איז זייער וויכטיק די ווירקונג פון קוואנטן-מעכאניק. די אנטוויקלונג פון נאנאטעכנאלאגיע האט זיך אנגעהויבן נאך דער ערפינדונג פון דעם מיקראסקאפ וואס קען קוקן אויף אזעלכע קליינע ווייטן.

נייעס

נייעס איז א כלליתדיקער נאמען אויף אינפארמאציע וועגן לויפיקע געשעענישן וואס פאסירן אין דעם אנוועזנהייט. מען קען איבערגעבן נייעס אין דרוק, טראנסמיסיע, אינטערנעץ אדער אפילו סתם איבערגעבן א דרשה. רעפארטירן נייעס געהערט צו זשורנאליסטיק. עס איז אינטערסאנט ווייל עס איז נײַ, פריש, און מקען זיך עפעס ארויסלערנען דערפון. סאיז פאראן עטלעכע ערליי נייעס: מסחר, פינאנץ, מאדע, ספארט, פארוויילונג און אנדערע. דער וועטער איז אויך א טייל פון נייעס. אמאל פלעגן די רעפארטערס טעלעפאנירן זייער נייעס אריין צום נייעס-שטיבל וואו מהאט עס אריינגעקלאפט און רעדאקטירט בכדי צו דרוקן אין א געוויסער אויסגאבע פון א געדרוקטער צ ...

GPS

די גלאבאלע פלאצירונג סיסטעם איז א גלאבאלע נאוויגאציע סיסטעם אפערירט מיט א סאך סאטעליטן דורך דער רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן וואס גיט גענויע אינפארמאציע וואו מען געפינט זיך אויף דער ערד טאמער מען קען זיך פארבינדן מיט פיר סאטעליטן.

SMS

עס עם עס SMS איז א קורצע ידיעה דינסט וואס מען קען באקומען אויפן סעלפאן. דאס איז אויך באקאנט אלס טעקסט מעסעזשעס. לויט די חרדישע רבנים איז "טעקסט מעסעדזשעס" פארבּאטן.

VoIP

VoIP ‏ איז אַ כּלליתדיקער נאָמען פֿאַר טעכנאָלאָגיעס און פֿאַרשײדענע שיטות צו אַריבערפֿירן רײד אױף IP נעצװערקן. מיט די דאָזיקע טעכנעלאָגיע נוצן זיך למשל פֿאַרשײדענע גלײַכיקע שמועסן פּראָגראַמען װי די ICQ, Messenger, Skype און נאָך. אױך IP טעלעפֿאָנען נוצן די טעכנאָלאָגיע. עס איז זײער ביליק, אָבער דער קול־קװאַליטעט איז נידעריק אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלגעמײנע טעלעפֿאָן ליניעס.

איי.בי.עם.

די IBM איז שוין קרוב צו 100 יאר אלט. אמאל פלעגט זי ערצייגן פאנטש קארד מאשינען. שפעטער איז זי אריין אין די סאפיסטיקירטע קאמפיוטער מיינפריים אינדוסטריע. אין די יארן פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט זי אנגעבליך געהאלפן די נאציס מיט פארגעשריטענע קאמפיוטערס, צו האלטן קאנטראל אויף אלע אידן וועמען די פארשאלטענע עס.עס האט אוועקגעפירט פון זייערע היימען. זיי האבן ערצייגט דעם ערשטן פערזענלעכן קאמפיוטער, און היינט צו טאג זענען זיי נאך אלץ די גרעסטע הארטווארג פירמע פון קאמפיוטערס. אין 2005 האבן זיי פארקויפט די טיש קאמפיוטער און שויס קאמפיוטער דיוויזיע פאר א כינעזע איינהייט.

אייפאן

איי-פֿאָן איז א ליניע פון סמארטפאנען אויסגעשטעלט און געבויעט דורך דער עפל פירמע. עס לויפט אויף דער iOS אפערירן-סיסטעם. דער ערשטער מאָדעל אייפאן איז ארויסגעגעבן געווארן אום י"ג תמוז, תשס"ז דעם 29סטן יוני 2007. דער באניצער-אויסשטעל UI איז געבויט ארום דער כליס מולטי-טאטש עקראן, וואס קומט מיט א ווירטועלן-קלאפטאוול. דער אייפאן האט וויי-פֿיי און האט די מעגליכקייט זיך צו באהעפטן צו צעלולארישע באהעפטונגען. אן אייפאן קען כאפן ווידעא וואס איז ערשט צוגעקומען ביי אייפאן 3GS, מאכן בילדער, שפילן מוזיק, שיקן און באקומען בליצפאסט, נאכגיין GPS אנווייזונגען, שרייבן נאטיצן, מאכן מאטעמאטישע חשבונות, און באקומ ...

אנטי שאפליפטינג

אנטי שאפליפטינג איז א רייע מעטאדן וועלכע ווערט גענוצט דורך ריטעיל געשעפטן צו פארמיידן שאפליפטינג. רוב געשעפטן האבן אקטיווע אנטי שאפליפטינג פראגראמען וועלכע פארטרייבן גנבים און ערלויבט זיי צו האלטן די פרייזן נידעריג.