ⓘ טעכנאלאגיע - אפטישע פיברע, ביאטעכנאלאגיע, ביטקוין, אלעקסאנדער גרעהעם בעל, בענזין אלטערנאטיוון, יאהאן גוטנבערג, געלט אויטאמאט, דרוקעריי, הידראגען עקאנאמיע ..

אפטישע פיברע

אן אפטישע פֿיברע איז א דינער פֿיברע פון גלאז אדער פלאסטיק וואס קען פירן ליכט פון איין עק צום צווייטן. אזא פֿיברע אפטיק קען טראגן 10 מיליאן מעלדונגען אויף א מאל. די וויסנשאפט און אינזשעניריע פון שאפן אפטישע פיברעס הייסט פֿיברע אפטיק. די הויפט ניץ פון אפטישע פיברעס איז אין טעלעקאמוניקאציע פֿיברע אפטיק איז א טעכנאלאגיע, וואס לאזט דורכפירן אין מיליאנסטל ברוכטיילן פון וואס די דיגיטאלישע סיסטעם האט געלאזט אריבערפירן דורכן די קופערנע דראטן.

ביאטעכנאלאגיע

ביאטעכנאלאגיע איז א טעכנאלאגיע וואס ניצט אויס לעבעדיגע ארגאניזמען. ביאטעכנאלאגיע ווערט געניצט אין לאנדווירטשאפט, עסן וויסנשאפט און מעדיצין. אין ביאטעכנאלאגיע ווערן לעבעדיגע ארגאניזמען געניצט ניצלעכע כעמיקאלן און פראדוקטן. כאטש מען ניצט דעם טערמין ביאטעכנאלאגיע פאר נייע פראצעסן וואס מען האט ערפינדן אין דעם 20סטן יארהונדערט, אין אמתן האט מען שוין געניצט ביאטעכנאלאגיע שוין פון אוראלטע צייטן.

ביטקוין

ביטקוין איז אן עלעקטאראנישע וואלוטע וואס קען ווערן געשיקט דירעקט פון איינעם צום צווייטן, אן דורכגיין קיין שום פינאנציעלע אינסטיטוציע.

אלעקסאנדער גרעהעם בעל

אלעקסאנדער גרעהעם בעל איז געווען א בארימטער ערפינדער, וויסנשאפטלער און אינזשעניר וואס האט ערפינדן דעם ערשטן טעלעפאן.

בענזין אלטערנאטיוון

הויפט ארטיקל: הייבריד אויטא די ערשטע און הויפט אלטערנאטיוו איז הייבריד אויטאס. ווען מען האט ערשט אנגעהויבן טראכטן פון אויפטוישן בענזין צו אן אנדערע ענעריגע איז א באטערי געווען די ערשטע זאך אויף יעדנס געדאנק. אבער באטעריס קענען דערווייל נישט אויפטוישן בענזין ווייל עס איז נאך נישט פאראן די טעכנאלאגיע עס זאל זיין גענוג קראפטיג און עס האט דעם פראבלעם פון רעטשארדזשן. און ווער וויל רעטשארדזשן אן אויטא? א הייבריד אויטא טיילט די ענערגיע צווישן באטערי און בענזין. דער אויטא פארמאגט צוויי באזונדערע מאטארן ווייל דאס איז צוויי אנדערע טעכנאלאגיעס וועלכע וואלטן נישט געקענט ארבעטן אינאיינעם. ווען מען צינד ...

יאהאן גוטנבערג

יאהאן גענזפלייש צור לאדין צום גוטנבערג האט געלעבט בערך פון 1396 ביז 1468 אין דייטשלאנד, ער האט ערפינדן די דרוקעריי. גוטנבערג איז געבוירן אין דער שטאט מיינץ אין דייטשלאנד און ער האט זיך אויסגעלערנט טערקיש. ווען ער איז געווען אין די אינגערע יארן האט ער געעפנט זיין געהיימניספולע דרוקעריי וואס ער האט בלויז מיטגעטיילט פאר זיינע נאנטער פריינט. אין יאר 1456 האט ער געדרוקט זיין ערשטע ספר דעם "גוטנבערג תנ"ך", וואס ער האט זיך באשעפטיגט דערמיט אין א צייט אפשניט פון דריי יאר. אינעם אינטערנעט איז פאראן א וועבזייטל אין זיין אנדענק מיטן נאמען "פראיעקט גוטנבערג" וואס אנטהאלט א ריזן אוצר פונעם ענגלישן און ...

געלט אויטאמאט

א געלט אויטאמאט איז א מאשין וואס פארזארגט געוויסע באנק דינסטן, ווי ארויסנעמען געלט און קאנטראלירן וויפיל געלט איז געבליבן אין דער קאנטע, צו סיי וועלכע צייט, דורך א "דעביט קארטל", כאטש דער באנק איז פארמאכט. אויך קען מען ניצן א קרעדיט קארטל צו בארגן געלט. טייל געלט אויטאמאטן לאזן אריינגעבן געלט אין דער קאנטע, באצאלן חשבונות און ענדערן דעם געהיימען קאד פון א באנק קארטע. די אויטאמאטן זענען אפטמאל אין א וואנט וואו מען קען צוקומען פון דער גאס, אזוי איז ער ניצבאר א גאנצן טאג. אנדערע אויטאמטן געפינען זיך אין איינקויף צענטערס. צו ניצן א געלט אויטאמאט דארף מען אריינשטעקן א דעביט קארטל אדער א קרעדיט ...

דרוקעריי

דרוקעריי איז אן אלטע טעכנאלאגיע וואס דינט צו שאפן א צאל די זעלבע קאפיעס פון אינהאלט פון איין מקור. אסאך האלטן אז די ערשטע וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט דרוקעריי זענען געווען די כינעזער.

הידראגען עקאנאמיע

די וועלט וויל זען נאטורליכע גאזאלין אלס היסטאריע זינט וויסנשאפטלער ווארענען אז איר אפפאל מאכט אן חרבנות צו דער אטמאספער און האט מיט דער צייט אנטוויקלט ריזיגע "אזאן" לעכער אין דער אטמאספער און האט געברענגט א גלאבאלע ווארימונג אין די וועלט. דערצו זענען אנגעקומען די הויכע גאזאלין פרייזן און דער פאליטיק אונטער דעם וועלכע האט געמאכט די וועלט פרעגן די פראגע: מוזן מיר טאקע צוקומען צו גאזאלין? דער ענטפער איז ניין! מיט דער היינטיגער טעכנאלאגיע און וויסנשאפטלעכע ערפינדונגען איז א מעגליכע מציאות צו די אזויגערופענע צוקונפטע הידראגען עקאנאמיע. די איינציגסטע פראגע וואס בלייבט אונדז איבער איז צי וועט די ...

היי טעק (פארום)

היי טעק איז א הייד פארק פארום, אן אינטערנעט שמועס פלאץ אויף יידיש וואו יידיש רעדנדע חרדים פארברענגען. די טעמע איז איבער טעכענעלאגיע פארשידענע אינטערעסאנטע און נייע טעכענעלאגישע ערפינדונגען און נייע קאמפיוטער פראגראמען און זייערע פיטשעווקעס מען קען דארט פרעגן פראגעס, עצות, און פראבלעמען, און מטוט ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן בנוגע פראגראמינג, קאמפיוטער טעכניקער, און סתם הילף אויפן קאמפיוטער, און דעם אינטערנעט. עס איז דארט א וויכטיג ארט פאר היימישע פראגראמערס, היימישע קאמפיוטער טעקנישאןס, היימישע ביזנעסלייט, און סתם היימישע קאמפיוטער באנוצער הויפטזעכליך איז דער מדובר אין זאכן וואס קענען העל ...