ⓘ יידישקייט - בית החיים, ארטאדאקסישע יידנטום, מסכת ברכות, קאנסערוואטיוו יידנטום, שיקאגא, נביא, פארטאל: יידישקייט, אבות און אמהות, אגדתא, אהבת ה ..

בית החיים

בית החיים אדער בית הקברות אדער בית עולם אדער בית עלמין, איז אן ארט וואו מען באגראבט טויטע יידן. מען רופט דאס בית החיים ווײַל די טויטע וועלן לעבן נאכאמאל ביי תחיית המתים. אין יידישקייט איז דער חיוב קובר זײַן מענטשן געבונדן מיט דער גלויבונג אין תחיית המתים און דעם צלם אלוקים פֿון א מענטשן. דער קערפער פון א מענטשן איז דער רו-ארט פֿאר דער נשמה דעריבער איז מען אים "גונז" אין ווײַסע תכריכים, אזוי ווי תשמישי קדושה. דער שטח פון א בית החיים ווערט גערעכנט אלס אן ארט וואו מדארף זיך פֿירן בכבודדיג, און סאיז פאראן געוויסע הלכות אין דעם ענין.

ארטאדאקסישע יידנטום

דאס אָרטאָדאָקסישע־ייִדנטום - ביים יידישן פאלק איז דאס די מעהר פרומע חלק פון כלל ישראל - איז א שטרעמונג וואס נעמט אריין אין זיך חסידים, ליטאים, און די מזרחי וואס גלויבן אין ציוניזם. ארטאדאקסיש יידנטום זענען יידן וואס פירן זיך מיט דער אלטער מסורה פון יידישקייט, אנגעהויבן פון מאדערן־ארטאדאקסישע יידן ביז חרדישע יידן היטן גאר די תורה שבכתב און תורה שבעל פה. די מאדערן ארטאדאקסישע לעבן אן ערליך לעבן אבער זענען נישט דערווייטערט פון דער ברייטרע וועלט. די חרדים אבער טוען זיך דערווייטערן פון גוים / קאלידזש / פראפעשענס. אפילו פרייע און טראדיציאנעלע יידן וועלן זיך ענדערש אנקערן צו ארטאדאקסיע ווי אלע ז ...

מסכת ברכות

מסכת ברכות איז די ערשטע מסכתא פון די ששה סדרי משנה. זי איז אריינגעלייגט אין סדר זרעים וויבאלד די מסכתא האנדלט זיך ארום הלכות ברכות וואס האט צו טון מיט עסן, כאטשיג עס האנדלט זיך נישט פון מצוות התלויות בארץ. דער רמב"ם פרעגט טאקע די שאלה און ענטפערט אז וויבאלד ברכות איז דער יסוד פון יידישקייט איז עס געשטעלט געווארן אלס די ערשטע מסכתא. די מסכתא האט ניין פרקים, און זי איז די איינציגסטע מסכתא פון סדר זרעים וואס האט תלמוד בבלי. זי האט 63 בלעטער אין תלמוד בבלי, און 68 בלעטער אין תלמוד ירושלמי.

קאנסערוואטיוו יידנטום

קאנסערוואטיוו־ייִדנטום איז א אידישע רעליגיעזע שטרעמונג וואס אנטהאלט איבער מיליאן מיטגלידער. דאס איז איינע דער דריטע גרעסטע אידישע שטרעמונגען פון דער גארער וועלט, נאך די ארטאדאקסן און די רעפארמער. די מערהייט קאנסערוואטיווער זיינען פלאצירט אין די פאראייניקטע שטאטן. קאנסערוואטיוויזם איז מער ליבעראל אין באציאונג פון ארטאדאקסישן אידנטום. זיי האלטן אז מען דארף איינבייגן די הלכה צו דער נייער צייט, אבער נאך אלס זיינען זיי נישט ווי די רעפארמער וואס זען די הלכה אלס נישט-פארבינדליך. די שטרעמונג האט זיך אנטוויקלט אין די פאראייניגטע שטאטן אין דעם 19טן יארהונדערט. לעצטנס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען ״אפ ...

שיקאגא

שיקאַגאָ איז די גרעסטע שטאָט אינעם שטאַט אילינויס פלאצירט אויף די דרום-מערבדיקע ברעגן פון דער מישיגן אזערע, איינע פון די גרויסע אזערעס. מיט מער ווי 2.8 מיליאן מענטשן, איז זי די דריטע גרעסטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן.

נביא

דער ארטיקל רעדט וועגן יידישע נביאים און איבערן באגריף פון נבואה אין יידישקייט, פאר אנדערע גלויבונגען זעט נביא אלגעמיין א נביא איז איינער וואס ווערט געשיקט דורך גאט איבערצוגעבן פאר די מענטשן די ווערטער פון אייבערשטן. דער ארגינעלער באדייט פון נביא אין לשון קודש איז איינער וואס איז געשטעלט איבערצוזאגן און איבערגעבן די ווערטער פונעם זאגער. אהרן הכהן ווערט אנגערופן דער נביא פון משה רבינו. גאט זאגט צו משה: נָבִיא מִקִּרְבְּךָ מֵאַחֶיךָ כָּמֹנִי, יָקִים לְךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ: אֵלָיו, תִּשְׁמָעוּן ספר דברים פרק יח

אבות און אמהות

די אבות און אמהות ווערן אזוי אנגערופן די עלטערן פון יידישן פאלק, די גרינדער פון כלל ישראל. די דריי אבות זענען אברהם, יצחק און יעקב. די פיר אמהות זענען שרה, רבקה, רחל און לאה.

אגדתא

דער ארטיקל באשעפטיקט זיך מיטן טערמין "אגדה" פונעם תורהדיקן בליק, צו ליינען איבערן טערמין "לעגענדע" פונעם וועלטלעכן בליק דריקט אהער. אגדתא איז א שטיקל אין די גמרא וואס רעדט נישט פון הלכה אדער מצוות, נאר פון וועלטליכע געשיכטע אדער פון מוסר, אדער הלכות דרך ארץ ווי אזוי דער מענטש זאל זיך פירן. די אגדתאס אין ש"ס זענען צוזאמענגעקליבן אין עין יעקב.

אהבת ה

אהבת ה איז דער באגריף פון ערוועקן און אנהאלטן ליבשאפט צום באשעפער. דאס איז איינע פון די תרי"ג מצוות לויטן ספר החינוך פון דעם פסוק "ואהבת את ה אלוהיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך".