ⓘ יידישקייט - אידישע אמונה פרינציפן, אמונת השם, אנטיסעמיטיזם, באשיידנקייט, בחירה, בטחון, בית יעקב, בית מדרש, מאיר בניהו, בר מצוה ..

אידישע אמונה פרינציפן

עס זענען פארהאן פאשידענע ווערסיעס אין די עיקר פרינציפען פון די אידישע רעליגיע, אבער די מערסטע באקאנט און אנגענומען איז די רמב"םס ווערסיע. אין לויף פון מיטל אלטער איז דאס באשריבן געווארן פיל ווערסיעס קיין איינס איז נישט געווארן עפעס א יסוד. אנדערשט ווי אלע אנדערע רעליגיעס ווי.צ.ב.ש. איסלאם אדער קריסטעניטום וואס זייערע פרינציפן זאגט צו מען באלאנגט אין זייער גלויבן צו נישט. איז ביי אידן לויטן הלכה שטאנדפונקט די אלע עיקרים נישט קיין תנאי אין דער אידישער אידענטיטעט מען איז א איד אפילו מען גלייבט נישט אין פראקטיק די אלע פרינציפן. פון דעסטוועגן דאך, זענען די עקרים די הויפט אויספארעמער און ווערט ב ...

אמונת השם

אמונת השם - גלייבן אין אייבערשטן - איז פון די פרינציפן עקרים פון יידישקייט, דער רמב"ם רעכענט דאס דער ערשטער פון די שלושה עשר עיקרים וואס ער האט אוועק געשטעלט. לויט פארשידענע ראשונים, ווערט אמונת השם פאררעכענט צווישן דעם צאָל פון תרי"ג מצות, דאגעגען אנדערע ראשונים בה"ג, רבי סעדיה גאון האלטן, אמונת השם איז נישט אין צאָל פון די תרי"ג מצות, און װי דער רמב"ן ערקלערט זייער מיינונג, דער צאָל תרי"ג מצות באציט זיך נאר צו פליכטונגען וואס דער אייבערשטער האט פארפליכטערט ייִדישע קינדער צו טון אדער פֿאַרבאָטן פון טון, דאגעגן אמונת השם וואס דער אייבערשטער האט געלאזט וויסן, וואס דאס איז דער פֿאַקטאָר און ...

אנטיסעמיטיזם

אנטיסעמיטיזם איז האַס אנטקעגן אידן אלץ א רעליגיעזע גרופע, עטניציטעט, אדער ראסע. אנטיסעמיטיזם ווערט אנגעטייטלט אלץ דער גורם פאר מאסן מערדער און אויסערגעווענליכע אונטערדריקונגען פון אידן במשך פון די אידישע היסטאריע אין גלות.

באשיידנקייט

צניעות איז א עטישע און מאראלישע מדה וואס ווייזט אויף איידלקייט. יעדע באגריף אדער באשעפעניש וואס האט א סעקסואלער ציאונג קראפט, ווי למשל פרויען אדער געוויסע מאןס גלידער, אדער טעמעס וואס רייצן אן די הארמאנען פון א מענטש צו וועלן האבן סעקס, ווערט באהאלטן און דערשטיקט דורך איגנארירען. צוליב איר שטארקע קראפט וואס א מענטש קען נישט קאנטראלירן איז נאר איגנארירען דער איינציגער אויסוועג פטור צו ווערן פון אירע ציאונגען. דאס איז דער ווייזונג אז א מענשט איז אפגעהיטן און הייליג און ער לאזט זיך נישט אריין אין נסיונות. גאָר אסאך פארבאטונגן מצוות און מנהגים פון די אידשע טראדיציע ווערן אנגעגעבן אלס דער ציל א ...

בחירה

בחירה איז א באגריף סיי אין דער תורה סיי אין פילאסאפיע, אויף צו פריי אויסוועלן צו זיין אן ערליכער איד אדער נישט. אנדערשט ווי אלע פאסירונגען און פעולות, מישט זיך נישט הקב"ה אריין אין די פירונג, נאר ער לאזט דאס בידי אדם אפצומאכן. אזוי ווי עס שטייט "ראה נתתי לפניך את החיים ואת המוות, ובחרת בחיים". עס איז דא אויך א באגריף, דעטרמאניזם וואס גלייבען אז מענטשען האבן נישט קיין בחירה.

בטחון

דער ארטיקל דיסקוטירט די מדה פון בטחון. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן, זעט זיכער. בטחון אין אידישקייט איז דער אמונה אין אייבערשטן זיך צו פארלאזן אויף גאט אין אלע אומשטענדן, און גלייבן אז מען קען זיך באמת פארלאזן בלויז אויף גאט אליין.

בית יעקב

בית יעקב איז דער נאמען פון דעם חינוך נעצווערק פאר מיידעלעך געגרינדעט אין פוילן אין התרע"ז פון שרה שענירער, א קראקעווער נייטארין. זייט דעמאלסט זענען בית יעקב נעצווערק געגרינדעט געווארן אין ישראל און צפון אמעריקע, ווי אויך באזונדערע בית יעקב מיידעלשולעס איבער דער גארער וועלט וואו סגעפינט זיך פרומע יידן. דער נאמען איז גענומען פון דעם פסוק כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב שמות יט ג אויף וואס חז"ל זאגן: דאס מיינט די יידישע ווייבער. בכדי צו באזארגן לערערינס אין די שולעס האט מען אויפגעשטעלט א סעמינאר. אגודת ישראל האט אריבערגעברענגט פון דייטשלאנד ד"ר שמואל דויטשלענדער צו פירן די סעמינאר, מיט א יונגע לער ...

בית מדרש

בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען עקסטער פון א שול. אין א שול דארף מען זיין שטארק נזהר נישט אויסצורעדן קיין שום דברים בטלים.

מאיר בניהו

פראפעסאר מאיר בניהו איז א זון פונעם אמאליגן ספרדישן הויפט רב יצחק ניסים. ער איז א גרויסער חוקר אויף אלטע ספרים און כתבי יד. ער זעלבסט האט א גרויסע ביבליאטעק פון פארשידענע כתבים. ער האט ארויסגעגעבן אסאך ביכער איבער אלטע כתבי ידות, צווישן זיי איז באקאנט דער כתבי רמח"ל אויף די כתבים פון רבי משה חיים לוצאטא, און ספר החיד"א אויפן חיד"א.

בר מצוה

בר מצוה איז ביי די 13 יאר פון א קינד ווערט מען א בחור און מען טוט אן תפילין, און מען איז מחיוב מיט מצוות. סדא וואס פירן זיך שוין צו פייערן דעם בר מצוה א מאנאט בעפאר דעם, אבער דער בחור איז נאכנישט מחויב מיט מצוות ביז זיין 13טע געבורט-טאג.