ⓘ נאטור - נאטור, נאטור-וויסנשאפטן, נס, קינד, ארכעאלאגיע, אטעיזם, תנכישער מוזיי פון נאטור־געשיכטע, לוזשע, מאנגראווע ..

נאטור

מען גלייבט אין א נס וואס איז העכער די נאטור. אויב מען גלייבט נישט אין אזא נס ווי קריעת ים סוף איז מען אן אפיקורס. לויט געוויסע פוסקים טאר מען גאר נישט גלייבן היינט צוטאגס אין פרישע אומנאטורליכע גלייבונגן און דאס וואס מען איז פארפליכטעט מכוח די אמונה צו גלייבן אין קריעת ים סוף איז וויבאלד די תורה פארציילט אונז אז גאט האט דאן געטוישט די נאטור און עס איז נישט געווען אומנאטורליך, אבער היינט צוטאגס טוט דאס שוין נישט גאט טוישן די נאטור, ווייל מיר זענען נישט גענוג ערליך ווי די דור המדבר און קיין איין נס וואס איז פריש איז נישט באגלייבט אחוץ אז א הייליגע איד זאגט אז דאס איז מן השמים. סיי דער רמב"ם ...

נאטור-וויסנשאפטן

נאטור-וויסנשאפטן איז כולל די פעלדער פון וויסנשאַפֿט וואס באהאנדלען די וועלט, די געזעצן און אקציעס, סיי וואס וואקסט און סיי די נישט ארגאנישע וועלט. אויך ווערט מאטעמאטיק אריינגערעכנט אין די נאטור-וויסנשאפטן, כאטש זי באהאנדלט נישט די פיזישע וועלט, ווייל פיזיק איז שטארק געבונדן מיט מאטעמאטיק. אריינגערעכנט אין די נאטור-וויסנשאפטן זענען פאַרשידענע געביטן: כעמיע איז אַ פעלד וואָס שטודירט מאַטעריאַל, זיינע אייגנקייטן, און די רעאקציעס צווישן מאטעריאלן. אַסטראָנאָמיע איז אַ פעלד וואָס באהאנדלט וואס פאסירט אין הימל און דרויסן פון דעם אטמאספער פון דער וועלט. ביאָלאָגיע איז אַ פעלד וואָס שטודירט די לעב ...

נס

א נס איז א וואונדערליכע געשעעניש וואס מען קען נישט אויסרעכענען פון פאראויס לויטן געווענליכן נאטורליכן ווירשטשאפט אז אזוינס וועט פאסירן. עס זענען פארהאן צוויי סארט נסים. די ערשטע איז א איבערנאטורליכע געשעעניש וואס איז נישט מעגליך עס זאל פאסירן לויטן נאטור. נאכדעם זענען דא אזעלכע נסים וואס איז יא מעגליך לויטן נאטור, נאר געווענליך געשעט עס נישט און נארמאלערהייט וואלט זיך עס אנדערש אויסגעלאזט, "פונקט" איז געשען אזוי און אזוי, אנדערש ווי פאראויסגעשאצט. היינט געשעען בעיקר די נאטורליכע נסים און דאס איז וואס מען רופט היינט א נס. רעליגיעזע גלייבן אז דאס איז די האנט פון באשעפער צו פארדרייען די נאטור ...

קינד

א קינד איז א יונגער מענטש. מען רופט אזוי עמיצן וואס איז נאכנישט דערוואקסן און יונג אין יארן. אבער אפילו עמיצער וואס איז קליין-געבליבן מיטן שכל קען מען רופן: "געבליבן א קינד". קינד איז אויך דאס וואס ערפילט און דערגענצט דאס באדייט פון עלטערן. אן א קינד קען מען נישט ווערן קיין עלטערן; אויך דערוואקסענע מענטשן בלייבן אייביג קינדער פון זייערע עלטערן. לדוגמא "שלמה, 46 יאר אלט, איז א קינד פון דוד, 76 יאר אלט". א קינד, איידער ער הייבט אן צו גיין אין שולע, שפילט אין דער היים אדער מיט אנדערע קינדער מיט שפילכלעך. אויך יונגע קינדער ווען זיי קומען אהיים פון דער שולע שפילן זיי מיט שפילכלעך.

אטעיזם

אַטעיזם באשטימט די אָפּוועזנהייט פון גלויבונג אדער אַן אַבנעגאַציע פון דעם עקזיסטענץ פון אַ גאָט. אַנדעש זענען די וואָס זאגן אז זיי ווייסן נישט אויב סאיז פאראן א גאָט אדער נישט, וואָס הייסן אַגנאָסטיקן. אויך ווערן זיי גערופן אפיקורסים אדער מינים, דער נאמען אפיקורס שטאמט נאך א מענטש אן אטעיסט וואס האט געהייסן "אפיקורס". עס איז קיינמאל אין היסטאריע נישט געווען א גרויסע געמיינדע פין אטעיסטן, ווייל אייביג האבן רוב מענטשן געהאלטן אז דאס איז קעגן שכל, ווייל עס זענען געווען צופיל אומפארשטענדישן אין נאטור, און די בעסטע טעאריע איז געווען אז דאס איז די ווערק פון א גאָט. אבער מיט די פארשריט פון טעכנא ...

                                     

תנ"כישער מוזיי פון נאטור־געשיכטע

דער תנ"כישער מוזיי פון נאַטור־געשיכטע איז אַ קליינער מוזיי אין בית שמש, ישראל, געווידמעט צו דער נאַטור־געשיכטע פונעם תנ"ך. דער מוזיי איז געגרינדעט געווארן אין 2014 דורך הרב נתן סליפקין.

                                     

לוזשע

לוזשע איז אַ קלײנע זאַמלונג פֿון װאַסער װאָס קומט נאָך אַ רעגן אָדער פֿון אַ גרױסער אָזערע אָדער טײַך װאָס עקזיסטירט נאָך נישט און איז אַװעקגעגאַנגען. לוזשעס זענען זײער געװײנטלעך אין לעכער אױף װעגן, גאַסן און שאָסײען נאָך אַ רעגן אָדער פֿאַרפֿלאַנציונג.

                                     

מאנגראווע

מאַנגראָװע װאַלד איז אַ מין װאַלד װאָס װאַקסט אין הײסע, טראָפּישע סבֿיבֿות, אױפן ברעג ים. די מאַנגראָװע בײמער זײנען אַדאַפּטירט צו װאַקסן אין זײער שװערע באַדינגונגען: זײערע װאָרצלן שטײען אין זאַלץ-װאַסער כמעט די גאַנצע צײַט. אָבער מיט הילף פֿון פֿאַרשײדענע אַדאַפּטאַציִעס, װי זאַלץ-דריזן װאָס ברענגען דעם זאַלץ אַװעק פֿון די פֿלאַנצען, קאָנען די בײמער איבערלעבען. אין מאַנגראָװע-װעלדער עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך חיות, װי צום בײַשפּיל פֿײגעלעך, קראַבן און שרצים.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →