ⓘ פילאסאפיע - אימאנועל קאנט, זשאן-פאל סארטרע, טאאיזם, מעטאפיזיק, געארג ווילהעלם פרידריך העגל, פלאטאן, אויפקלערונג, אמת, באוואוסטזיין, גאט ..

אימאנועל קאנט

אימאַנועל קאַנט איז געווען אן 18טן יארהונדערטדיקער דייטשער פילאסאף פון דער פרייסישער שטאט קעניגסבערג. ער איז געווארן א פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קעניגסבערג.

זשאן-פאל סארטרע

זשאַן-פאל סאַרטרע איז געווען א פראנצויזישער פילאסאף, דראמאטורג, ראמאניסט, סצענאר, פאליטישער אקטיוויסט און ליטעראטור קריטיקער.

טאאיזם

טאַאָיזם איז א כינעזישע פילאסאפיע און רעליגיע. דאס ווארט 道 טאַא איז טייטש "וועג". די פילאסאפישע יסודות פון טאאיזם זענען געגרינדעט אויף די לערעס פון לאא צי און די שריפטן פון זשואנגזי. טאאיזם טוט באטאנען די "דריי אוצרות": רחמנות, מאסיקייט און עניוות. במשך די יארהונדערטן האט טאאיזם געהאט א שטארקע השפעה אויף כינעזישער קולטור. אויך האט טאאיזם געהאט א השפעה אויף דער קולטור פון שכנותדיקע לענדער. נאך לאא צי און זשואנגזי האט די ליטעראטור פון טאאיזם אנגעהויבן צו וואקסן.

מעטאפיזיק

מעטאפיזיק איז די פילאסאפיע וואס פֿארשט אויס די פרינציפן פון ממשות וואס שטייגן אריבער די באזונדערע וויסנשאפטן. מעטאפיזיק איז כולל קאסמאלאגיע און אנטאלאגיע. דאס ווארט שטאמט פון גריכיש μετά מעטאַ וואס איז טײַטש "אריבער" אדער "נאָך" און φυσικά פֿיזיקא טײַטש "פיזיש", א צענטראלער אפצווייג פון מעטאפיזיק איז אנטאלאגיע, די אויספארשונג פון סארטן זאכן אין דער וועלט און דאס שייכות איינס מיט אנאנדער. דער מעטאפיזיקער וויל אויך מברר זײַן ווי אזוי מענטשן פארשטייען די וועלט, אײַנשליסנדיק עקזיסטענץ, פלאץ, צייט, קויזאליטעט, און מעגלעכקייט.

געארג ווילהעלם פרידריך העגל

געארג ווילהעלם פֿרידריך העגל איז געווען א דייטשער פילאסאף געבוירן אין שטוטגארט, ווירטעמבורג. ער האט אנגעהויבן א ניי דרך אין פילאסאפיע, העגליאניזם. ער האט משפיע געווען אויף אסאך שרייבער און פילאסאפן, כולל סיי די וואס האבן געהאלטן מיט אים, און סיי זיינע קעגנער. ער האט געשריבן וועגן היסטאריע, פאליטיק, רעליגיע, קונסט, לאגיק און מעטאפיזיק.

פלאטאן

פלאַטאן איז געווען פון די דריי אויסגערופנסטע גריכישע פילאסאפן וועלכע האבן געלייגט דעם יסוד פאר פילאסאפיע ביזן היינטיגן טאג. זיין ריכטיגער נאמען איז געווען אריסטאקלעס. ער איז געווען א תלמיד פון סאקראטעס, און דער רבי פון אריסטאטלעס אריסטו. ער איז געווען א בארימטער און נאבעלער שרייבער, דענקער, חקרן, מאטעמאטיקער, וועמענס ווערק ווערן נאך היינט שטודירט איבער דער גארער וועלט. צו זיין קרעדיט איז אויך צוגעשריבן דאס גרינדן די ערשטע גריכישע אקאדעמיע, ווי ער האט געלייגט די יסודות פון די פאלגענדע לערעס: לאגיק מאטעמאטיק רעטאריק פיזיק

אויפקלערונג

אויפֿקלערונג מיינט אין טאָג-טעגלעכער שפּראַך דער פאַרלאַנג צו עלימינירן צעמישונג מיט אנשאפן פון נייַע וויסן צו ענטפֿערן שאלות. די תקופה פון אויפקלערונ איז געווען א קולטורעלע באוועגונג אין אייראפע אינעם 18טן יארהונדערט. די באוועגונג האט אנגעהויבן אין פראנקרייך דורך די פילאסאפן דעקארט און דעניס דידערא. די שיטה פון אויפקלערונג איז געווען אז יעדער איינער קען אלץ אויסטראכטן פאר זיך, דעריבער דארף ער נישט גלייבן וואס די רעגירונג זאגט אדער וואס רעליגיע לערנט אויס מענטשן. אין אנדערע לענדער זענען געווען אימאנועל קאנט אין דייטשלאנד, דייוויד היום און אדם סמיט אין סקאטלאנד, און טאמעס זשעפערסאן אין אמער ...

אמת

אין די גמרא טרעפן מיר אבער אז ביי זיי איז ליגענט יא געווען פארעכנט ווי ווארהייט אויב עס איז עטיש אויסגעהאלטן און מחיוב דאס צו זאגן, ווי למשל כלה נאה וחסידה אפילו זי איז הינקעדיג און קרעציג הייסט די תורה איר לויבן פארן מאן און זאגן אז זי איז שיין.

באוואוסטזיין

דאס באוואוסטזיין איז די וויסיקייט פון זיך און פון דער סביבה. די דעפיניציע פון באוואוסטזיין ענדערט זיך צווישן פסיכאלאגיע, נערוון-וויסנשאפט און פילאסאפיע.

גאט

לויט מאָנאָטעיסטישע גלויבונגען, גאט איז דער איבערנאטורלעכער הערשער אויף דער וועלט. אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז גאר פארשפרייט געווארן די געדאנק אז עס איז נישט דא מער ווי איין גאט וואס הערשט איבער אלעם.