ⓘ פילאסאפיע - גארנישט, גלות נאציאנאליזם, געוויסן, דער ויכוח, הכוזרי, זען, בודהיזם, טעמע, לייקענען, מיינונג, מעשה בראשית ..

גארנישט

גארנישט איז געווענטליך פארשטענדליך אלס עס פעלט און די חסרון פון אלעס אז עס איז נישט פארהאן גארנישט אינגאנצן. אבער טייל מאל איז דער טערמין אויך באנוצט אז עס נישטא גארנישט רעלאטיוו אדער וויכטיג. אדער צו אראפמאלן אן אומאינטערסאנטער זאך מענטש געשעניש.

גלות נאציאנאליזם

דער גלות־נאַציאָנאַליזם איז אַ פּאָליטישע און פֿילאָסאָפֿישע אידיִאָלאָגיע אױסגעטראַכט פֿון נתן בירנבױם אינעם אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. עס האַלט אַז ייִדן דאַרפֿן ניט קײן לאַנד אָדער מדינה צו האָבן אַ נאַציאָנאַלע עקסיסטענץ. דערצו זײַנען ייִדן שױן אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרשײדענע רײַכע עדות/נאַציעס אינעם גלות. דער גלות־נאַציאָנאַליזם האַלט אַז ייִדן דאַרפֿן נאָר אָנערקענונג און האַלבאױטאָנאָמיע, צו שאַפֿן אַ געזונטע נאַציאָנאַלע קולטור אין גלות. אין אַ געוויסן זין איז דאָס טאַקע ניט קיין "נאַציאָנאַליזם". בירנבױמס מאָטאָ איז געװען "ישׂראל גײט פֿאַר ציון". ד"ה ייִדן און זײערע קולטורן אין ג ...

דער ויכוח

דער וויכוח איז א 1991 קאנאדישער דראמאטישער ענגליש-שפראכיגער פילם דירעקטירט דורך אלי כהן. די סקריפט איז געבויעט אויף א קורצע געשיכטע געשריבן דורך חיים גראדע. דער פילם ברעהנגט זייער גוט ארויס די דילעמא וואס רוב שארית הפליטה יידן האבן געהאט נאכן קריג, צי זיי זאלן בלייבן זיך פיהרן אין די עלטערןס טראדיציע. דער וויכוח ווערט געפיהרט זייער רעספעקטפול פון ביידע זייטן.

הכוזרי

ספר הכוזרי איז אַ פילאָזאָפישער ספר פון ר יהודה הלוי. ר יהודה האָט אָריגינעל געשריבן דעם ספר אויף אַראַביש און ר יהודה אבן תיבון האָט עם איבערגעזעצט אויף לשון קודש. דער ספר איז אויסגעשטעלט ווי אַ געשפּרעך צווישן דעם כאַזאַרישן קעניג מיט אַ אידישן חכם איבער די יסודות פון אידישקײַט.

זען (בודהיזם)

זען איז דער יאפאנישער נאמען פון א צווייג פון מאהאיאנא בודהיזם וואס האט אנגעהויבן אין כינע מיטן נאמען טשאן, און האט פארשפרייט צו קארעע, יאפאן און וויעטנאם. היינט איז זען אויך געקומען צו די מערבדיקע לענדער. אין זען איז זייער חשוב מעדיטאציע, פון דעם קען מען קומען צו אויפקלערונג. די הויפט פארעם פון מעדיטאציע איז זיצנדיק. לויט דער לעגענדע איז זען געגרינדעט געווארן אין כינע דורך באדהידהארמא, א מאנאך פון אינדיע אדער צענטראלער אזיע. ער איז אנגעקומען אין קאנטאן אין יאר 520.

טעמע

טעמע איז א אביעקט וואס ווערט פארברייטערט אין ארוםגעשמועסט אלעס וואס איז נוגע צו א געוויסער אביעקט. אנדערשט ווי דער אביעקט וואס ווערט באטראכט און אבזערווירט איז דער טעמע דער אבזערווירער.

מיינונג

א מיינונג איז א פערזאנס אידעע און מחשבות כלפי עפעס אן ענין. עס איז אן אפשאצונג א משפט און אן איוואליואציע פון עפעס. א מיינונג איז נישט קיין פאקט, ווייל מען קען דאס נישט אויפווייזן אלס פאלטש, אדער עס איז קיינמאל געווארן אויפגעוויזן אלס פאלטש, אדער אויפגעוויזן אלס אמת. אויב ווערט דאס אבער יא אויגעוויזן אלס אמת ווערט דאס דאן יא א פאקט. מיינונג אין אידיש קען אויך דינען ווי דער כוונה פון דעם ענין וואס מטוט אדער זאגט, צ.ב.ש ער האט געמיינט דערמיט אזוי און אזוי. אדער דאס גלייכן.

מעשה בראשית

לויט דער זוהר און די אנגענומע דעה ביי די יידישע אמונה איז אז גאט האט באשאפן די וועלט "יש מאין". אבער לויט ווי סזעט אויס אין אנפאנג פון ספר בראשית האט גאט באשאפן די וועלט "יש מיש", אבער סזיינען דא פיל פירושים לכאן ולכאן.