ⓘ קולטור - גיטאר שפילער, מאגאזין, דאנק טאג, האלאווין, האליוואד, היפ האפ, טאטואירונג, טאמעס קרעין, זינגער, טאנץ, לינקאלן צענטער, ניינטי סעקאנד סטריט וויי, צירקוס ..

גיטאר שפילער (מאגאזין)

גיטאר שפילער איז א ענגליש שפראכיגע מאנאטליכע מאגאזין פאר גיטאר ליבהאבער געגרינדעט אין קאליפארניע, פאראייניגטע שטאטן אין יאהר 1967 מיט א צירקולאציע פון 134.146.

דאנק טאג

דאַנק טאג אדער דאַנקטאג איז א נאציאנאלע וועלטלעכע פעדעראלע חגא וואס ווערט געפייערט אין די פאראייניגטע שטאטן דעם פערטן דאנערשטיג פון נאוועמבער זינט 1941, און אין קאנאדע דעם צווייטן מאנטיג פון אקטאובער באשטימט אפיציעהל אין 1957. אין יאפאן פייערט מען דעם ארבעטער דאנק טאג יערלעך דעם 23סטן נאוועמבער.

האלאווין

עס שטאמט ארגינעל פון א חגא ביי די שבטים אין די אירישע און סקאטישע געגנט מיטן נאמען Samhain וועלכע האט אפגעצייכנט די ענדע פון די זומער שניט און אנהויב פונעם ווינטער. שפעהטער איז עס אריינגענומען געווארן אין די קריסטליכע חגאות.

היפ האפ

היפ האפ איז א סטיל פון מוזיק וואס האט אנגעהויבן ביי די אפריקאנער-אמעריקאנער און לאטינא-אמעריקאנער געמיינדעס אין די גרויסע שטעט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. היפ האפ ניצט א סטיל פון זינגען וואס ווערט גערופן ראפ. אין ראפ טוט דער זינגער זאגן ווערטער מיט א ריטעם און גראמען. די היפ האפ קולטור איז נישט נאר די מוזיק נאר אויך די מאדע פון טראגן קליידער ווי למשל לויזע הויזן, לעדערנע ארבעט שטיוול און גרויסע העמדער.

טאטואירונג

טאַטויִרונג איז ווען מע קריצט אריין אינעם לייב א שריפט אדער א בילד מיט טינט וואס זאל בלייבן אין דעם לייב אויף שטענדיג. דאס איז א גאר אלטער שטייגער נאך פון דער שפעטערער פאַלעאליטישער תקופה. אמאל האט מען דאס געטון פון טראדיציאנעלע אדער רעליגיעזע סיבות, היינטיקע צייטן איז דאס א מאדע. די נאציס האבן טאטוירט זייערע געפאנגענע מיט נומערן ביי די קאנצענטראציע לאגערן אינעם חורבן־אײראפּע אויף צו זיי אידענטיפיצירן. היינט צוטאגס איז מעגליך אראפ צונעמען טיילווייז א טאטוירונג.

טאמעס קרעין (זינגער)

טאַמעס קרעין איז א אויסטראליער זינגער און פאָרשטעלער וועלכער איז באוואוסט מיטן גוט נאכמאכן פרעדי מערקורי און זיין טרופע. זיין שטימע איז טאקע נישט ווי פרעדיס, אבער סצענעס וואס ער שטעלט אהער זענען געלונגענע. ער האט אפילו די וואנצע און נאטורליך ארויסגעשטעקטע פאדערשטע ציין ווי איהם. ער איז באקאנט געווארן נאכן אויפטרעטן אויף די אויסטראליע טעלעוויזיע פראגראם אויסטראליע האט טאלאנט. און זינט דאן גיבט ער קאנצערטן און טורס אריינגערעכנט איינס אין די פאראייניגטע שטאטן אום 2013.

טאנץ

טאַנצן איז אַ אױסדריק מיט באװעגן דעם קערפּער װען מען הערט מוזיק אָדער טעמפּאָ. געװײנטלעך טאַנצט מען צו אױסדריקן פרײלעכקײַטן אָדער ליבשאַפט. די קונסט צו באשאפן טענץ הייסט כארעגראפיע. עס זײַנען דאָ פֿאַרשידענע סאָרט טענץ: טאַנגאָ הארא ר אלימלךס טאנץ װאַלעס היפ האפ ברוגז טאנץ

לינקאלן צענטער

לינקאָלן צענטער פֿאַר די פארשטעלונג קונסטן איז אַ קאָמפּלעקס פון געביידעס מיט אַ גאַנצן געגנט פון 61 דונאַם אין ניו יארק, וואס דינט אלס מוזיי פאר 12 קונסט אפטיילונגען. דאס אָרט איז געבויט געווארן אין די 60ער יארן פונעם צוואנציגסטן יאָר-הונדערט, דורך ראבערט מאזעס, אלץ טייל פון אַ פּלאַן איבערצומאכן די שטאט, דאן איז עס געווען דאס ערשטער צונויפקום פון וויכטיק קולטור אינסטיטוציעס, אין איין צענטראל אָרט אין איין שטאט, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס געפונט זיך צווישן קאָלומבוס און אַמסטערדאַם עוועניו, צווישן 62 סטריט וועסט און 66 סטריט וועסט, אין "אַפּער וועסט סייד" מאנהעטען. דארט קומט אויך פאר ...

ניינטי סעקאנד סטריט וויי

אזא סאָציאַלער, פריי-אידישער קולטור צענטער פּלאצירט אין א ריזיגער געביידע אויף דער 92טער גאס ראג לעקסינטאן עוועניו, אין דער וועסט סייד פון מאנהעטן, ניו יארק סיטי. דער צענטער ווערט פינאנצירט דורך רייכע אידישע עשירים, מיטן ציל צו צוזאמהאלטן די פרייע אידן זיי זאלן זיך נישט אסימילירן צווישן די גוים אין אמעריקע; זיי זאלן פארברענגען סאציאל אינאיינעם מיט ספארטס און איבונגען און שיינע פראגראמען. אין דעם צענטער ווערן אויך אפגעהאלטן דרשות פון פּאפולערע אידן. זייערס א בלאג אנטטהאלט א לוח מיט בילדער פון די געשעענישן און אויפטריטן אין זייער צענטער.

צירקוס

א צירקוס איז א פארשטעלונג וואס טראגט א קאמיעדער כאראקטער. אין א צירק מאכט מען קונצן מיט חיות אדער דזשאנגליאר. ווען א קינד מאכט איבערקערענישן אין חדר זאגט מען: "ער מאכט א צירק".

רוה טאג

א רו־טאג, אדער יום שבתון ווי אין לשון קודש, איז א טאג וואס דאס פאלק האט אויסגעוועלט זיך אפרוען פון ארבעט. עס זענען דא ימים טובים און חגאות וואס זענען נישט קיין רוה טעג, אבער אין אלגעמיין צייכענט מען אפ א יום טוב דורך רוען. אין פראנקרייך האבן די ארבייטער די מערסטע רוה טעג.

רייזע

רייזן איז די טראנספארט פון מענשטן דורך פארן און פליען מיט אן אעראפלאן, שיף, אויטא אדער אפילו שפאצירן. דאס הייסט פארן אויף די וועלט זעהן און מיטלעבן נייע זאכן ווען מען פארט אויף וואקאציע רופט מען דאס אן רייזען.