ⓘ קונסט - די קונסט פון מלחמה, מאדריד, אַביר, מאַרשאַל קונסט, שרייבן, ליטעראטור, פיקטיווער כאראקטער, אנימאציע, דיוויענטארט, דעזיין, דראמא ..

די קונסט פון מלחמה

די קונסט פון מלחמה איז א בוך געשריבן דורכן כינעזישן גענעראל סון צו אינעם 6טן יארהונדער פאר דער ציווילער רעכענונג. דאס בוך האט 13 קאפיטלעך. דאס בוך דערציילט וועגן מלחמות און וויאזוי מען זיגט. עס רעדט וועגן מיליטערישער סטראטעגיע און פארוואלטונג פון מלחמה. מען האט איבערגעזעצט דאס בוך אויף פראנצויזיש צום ערשטן מאל אין 1772, און אויף ענגליש טיילווייז צום ערשטן מאל אין 1905.

מאדריד

מאדריד איז די הויפטשטאט פון שפאניע, און אויך די גרעסטע שטאט. זי געפינט זיך אין צענטראל שפאניע אויפן טייך מאנזאראנארעז. מאדריד איז א גרויסער פינאנציעלער צענטרום.

אַביר (מאַרשאַל קונסט)

אַביר קריגער קונסט פאַרבאַנד פון ישראל לערנען זייַן אייגן נוסח פון "אַביר - אַביר קשת - העברעיש קריגער קונסט" אין ירושלים און תל אביב. זיי טענהן אז זיי האבן א מסורה וואס גייט צוריק צו ישראליטישע אַנטיקוויטעט אפגעהיט דורך אַן אונטערערדישער שולע פון "באַני אַביר" אין האַבבאַן, תימן, וואס רופט זיך אַלוף אַביר אלוף אבי"ר. "גראַנדמאַסטער פון אַביר". דאס וואָרט אביר אַביר אין מאָדערן העברעיש מיטל "ריטער", אויסגעטייטשט ווי אַן אַקראַנים אבי"ר. פֿאַר אדוננו, בוראנו, יוצרנו, רופאנו. דער שולעס לאָגאָ ספּעלז די וואָרט אין די פאָעניסיאַן אלפאבעט ווי ; די בריוו שאַפּעס זענען באַטייַטיק ווייַל פון אַביר ...

שרייבן

שרייבן איז די קונסט אראפצולייגן ווערטער, סימבאלן, נומערן, אותיות און זאצן, דורך די פינגער צי דורך א פען אויפן פאפיר אדער קלאוויאטור טייפן אויף א קאמפיוטער, וואס מוויל קאמוניקירן נישט דורכן מויל. וויבאלד שרייבן איז אנדערש ווי רעדן, וואס מקען נישט נוצן דערביי די הענט, פנים, און ניגון צו מסביר זיין וואס די ווערטער באדייטן, ברויך מען זיך האלטן גאר שטרענג צו כללים, כדי די ווערטער, טינט, פינגערקלאפעריי זאלן נישט זיין להבל ולריק. דער וואס שרייבט ביכער הייסט א שרייבער.

ליטעראטור

ליטעראטור איז די קונסט פון שרייבן. א ליטעריטארישע שאפונג קען זיין באזירט אויף אמתדיקע ליטערארישע פיגורן אדער אויף אויפגעטראכטע פיגורן. ליטעראטור צעטיילט מען אין פארשיידענע זשאנערס: דראמא - פארשטעלונגען דיכטונג - אויסגעשטעלטע טעקסט פראזע - געשיכטעס

פיקטיווער כאראקטער

א פיקטיווער כאראקטער איז א מענטש אדער אנדערע באשעפעניש אין א שאפונג פון קונסט ווי א ראמאן, פארשטעלונג, אפערע אדער פילם. א פיקטיווער אדער אויסגעטראכטער פערזאן הייסט א "פיקטיווער כאראקטער". טייל באקאנטע ביישפילן זענען קערמיט די פֿראָש, יאָדאַ, ספּאָנדזשבאָב סקווערפּענץ, באמבי, אדער באַרט און ליסאַ סימפּסאָן פון "די סימפּסאָנס".

אנימאציע

אַנימאַציע איז א טעכניק פון מאכן א פילם פון א סך שטייאיקע בילדער. מען שטעלט די בילדער צוזאמען איינס נאך אנאנד, וואס מען שפילט גאנץ גיך צו שאפן אן אילוזיע פון באוועגונג. מערסטע אנימאציעס וועקן געשפילט מיט א גיך פון 24 ביז 60 בילדער יעדע סעקונדע. יעדע בילד ווערט איין ראם פונעם פילם. מען ניצט אנימאציאס אין קינא, אויף טעלעוויזיע און אויף וועבזייטלעך. א מענטש וואס מאכט אנימאציעס הייסט אן אַנימאַטאר. סאיז פאראן דריי עיקרדיגע וועגן צו באשאפן אן אילוזיע פון א ריר: סטאפ-מוישן: מען מאכט א מאדעל סצענע און ענדערט זי צו שאפן א ניי בילד ראם עטלעכע קאמפיוטער פראגראמעס וואס זייער אויפגאבע איז העלפן צו באש ...

דיוויענטארט

דיוויענטאַרט איז א קהלישער דינסט צו באַטייליקן בילדער און ווערקס פון קונסט אויפן אינטערנעץ. די פירמע איז געגרינדעט געווארן דעם 7טן אויגוסט 2000. אירע גענעראַלשטאַב איז אינעם האליוואד אומגעגנט, אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, פאראייניקטע שטאטן. די דינסט איז געמאכט געווארן צו געבן קינסטלער א פלאטפארמע צו אויסשטעלן זייער ווערקס, און אויך א קהלישער רוים פאר דעבאַטעס וועגן דאזיקע טעמעס. די ווערקס אויפן זייטל זענען אייַנגעאָרדענט לויט גרונטיקע קאטעגאריעס וואס אנטהאלטן פאטאגראפיע, דיגיטאלישע קונסט, טראדיציאנעלע קונסט, ליטעראטור, פלעש און אנימאציע, געצייג און פּערזענלעכע אַדאַפּטאַציע, אָנוייַזער ר ...

דעזיין

דעזיין אדער פלאנעווען איז די פּלאַנירונג וואס לייגט דער באזיס פון באשאפן דעם פאָרמגעבונג און\אדער געשטאלט פון יעדן אביעקט און סיסטעם ערווארבן דורך דעם מענטש. אין איר מער ברייטערער אפטייטש, נוצט מען דאס ווארט דעזיין פאר קונסט און אינזשעניריע.

דראמא

דראמא איז אַ ליטערארישע זשאנער וואָס איר אויסדרוק איז דורך אקטיארן. ווי צום ביישפיל: פארשטעלונגען, פילמען אדער טעלעוויזיע. דאָס וואָרט "דראַמאַ" שטאמט פון גריכיש וואס באדייט "טאן". דער אויסדרוק פון דראמא איז די באציונג צווישן מענטשן. א דראמאטישע סצענע אין א שפיל אדער פילם, אדער אין רעאליטעט, ווען עס פאסירט א דראמאטישע ערשיינונג.