ⓘ קונסט - וואונדער פון דער וועלט, וויזועלע קונסטן, כינעזער וואנט, כישוף, ניאגארא דעירדעווילס, סטאטוע, סקולפטור, פארצוימטע באוועגונג, פיראמיד, צייכענען, ראפ מוזיק ..

וואונדער פון דער וועלט

די זיבן וואונדערס פון דער וועלט איז א ליסטע וועלכע ווערט גענוצט שוין טויזנטער יארן צו באצייכענען גאר וואונדערליכע מענטשליך געמאכטע סטרוקטורן אדער נאטורליכע ראיאנען. עס זענען פאראן פארשידענע ווערסיעס און יעדע פון זיי באשטייט פון זיבן וואונדער. דאס איז ווייל דער טערמין גייט צוריק זייער פרי אין היסטאריע און יעדעס מאל מען האט צוגעשטעלט אדער געטוישט א ליסטע איז דאס שטענדיג פארבליבן אלס די זיבן וואונדער פון די וועלט. קיין איינע פון די ליסטעס האבן נישט קיין עמטליכקייט וואס מיינט אז זיי רעפרעזענטירן נישט די וועלטס וואונדער לויט יעדן אייניג. אבער די ליסטעס זענען שטארק אנגענומען און מען פאררופט אסאך ...

וויזועלע קונסטן

די וויזועלע קונסטן זענען קונסט פֿארמען וואס זענען בעיקר וויזועל, ווי ארכיטעקטור, דעזיין, ווידעא, מאלעריי, סקולפטור, פאטאגראפיע, פילם-פראדוקציע, צייכענען און קעראמיק. די וויזועלע קונסטן שאפן אביעקטן.

כינעזער וואנט

די גרויסע כינעזער וואנט איז א שטיינערנע מויער וועלכע איז געבויט געווארן צו באשיצן די גרעניצן צפון כינע און ציט זיך הונדערטער מיילן אויף שפיץ בערג. די וואנט איז עטליכע מאל איבערגעמאכט געווארן ווען גרעניצן האבן זיך געטוישט. אויף טייל ערטער אין כינע קען מען נאך היינט טרעפן איבערבלייבענישן פון די כינעזע וואנט וועלכע זענען צוברעקלט געווארן ווען די וואנט איז גערוקט געווארן אויף אן אנדער ארט. די וואנט ציט מיליאנען באזוכער יעדעס יאר ביי איינע פון אירע ווינקלן נעבן די הויפט שטאט בעדזשינג און אויף נאך געציילטע ערטער. די כינעזע וואנט איז באוואוסט אלס כינעס נאציאנאלע סימבאל וועלכע קען געזען ווערן אין ...

כישוף

כישוף איז א זאך וואס איז געמאכט צו טוישען די נאטור, פון א תורהדיגע שטאנדפונקט איז עס פארבאטען ווייל עס האט מיט טומאה, און כישוף אין די תורה ווערט גערעדט פון געטשקע דינערס גלויבונגען, אין ענגליש ווערט דאס פארעכענט אלס איין טייל פון מופתים מעדזשיק magic,

ניאגארא דעירדעווילס

ניאגארא דעירדעווילס ווערן גערופן די ריזיקע נעמער וועלכע האבן פרובירט זיך אראפווארפן די ניאגארא וואסערפאל און איבערלעבן דורך פארשידענע וועגן. טייל האבן איבערגעלעבט און טייל נישט און היינט איז דאס אומלעגאל צו פרובירן.

סטאטוע

א סטאַטוע איז אַ סקולפּטור וועלכער רעפּרעזענטירט איין אָדער מער מענטשן אָדער חיות, נאָרמאל זענען זיי פולען לענג, און לכל הפחות נאָענט צו לעבן-פאָרמאַט, אָדער אפילו גרעסער. די דעפיניציע פון אַ סטאַטוע איז נישט שטענדיג קלאָר. סקולפּטורן פון אַ מענטש אויף אַ פערד, גערופן עקוועסטריאַן סטאַטועס, איז זיכער אַריינגערעכנט, און אין פילע פאלן איז אַ סקולפּטור פון צוויי מענטשן אויך פאררעכנט אלץ סטאטוע. א קליין סטאַטוע, געוועטליך גענוג קליין צו קענען ווערן אויפגעהויבן, איז גערופן אַ סטאַטועט אָדער פיגורין. פילע סטאַטועס זענען געבויט אויף קאָמיסיע צו קאַמעמארירן אַ היסטארישע פּאַסירונג, אָדער לעבן פון ...

סקולפטור

סקולפטור איז א דריי-דימענסיאלער אביעקט, וואס פאר די ציל פון איר באשאפונג איז זי געמאכט געווארן דורך א מענטש, און ארויסגעהויבן און אנערקענט אלס קונסט פאר די מאסן צו באטראכטן און באוואונדערן. מען קען סקולפטארן כל מיני חפצים. א סקולפטור פון א מענטש אדער א חיה, אין גרויס פון א לעבעדיגער מענטש אדער גרעסער, רופט זיך סטאטוע. דער מענטש וואס בויעט דאס הייסט א סקולפטאר.

פארצוימטע באוועגונג

פארצוימטע באוועגונג אדער אפשטעל־באוועגונג אָדער סטאפ־מוישן איז דער עלטסטער וועג צו שאפן אנימאציע, אויך באנוצט היינט. צו מאכן א פילם ברויכט מען: א קאמערע א סך געדולד מען מאכט א בילד פון א סצענע, נאכדעם באוועגט מען די סצענע א ביסל, מען מאכט נאך א בילד, און אזוי ווייטער ביז מהאט הונדערטער בילדער, וואס מווייזט איינס נאך אנאנד.

פיראמיד

א פיראַמיד איז א סטרוקטור וואס האט די פארעם פון א געאמעטרישן פיראמיד, ד"ה די דרויסנדיקע אייבערפלאכן זענען דרייעקיק און קומען צוזאמען ביי א שפיץ. די באזע קען זיין דרייעקיק, פירעקיק אדער אין אלגעמיין פילעקיק. א טיפישער פיראמיד איז א געבוי פון שטיינער וועלכע פארמאגט פיר דרייעקיקע אייבערפלאכן. דער פיראמיד איז א זייער סטאבילער סטרוקטור, וואס די מערהייט פון דער געוויכט איז אונטן און נאר א קליין ביסל אין דער הייך וואס שטופט אויף די אונטערשטע טיילן. עטליכע פעלקער האבן געבויט פיראמידן אבער די מערסט באקאנסטע פיראמידן זענען געבויט געווארן אין מצרים און טייל פון זיי שטייען נאך היינט. די עגיפטער האבן ג ...

צייכענען

צייכענען איז א פארעם פון וויזועלער קונסט וואס ניצט געוויסע צייכענונג אינסטרומענטן צו מאכן בילדער פון פאסן אויף פאפיר אדער אן אנדער אייבערפלאך. מען קען אויך מאכן צייטווייליגנ צייכענונגען אויף א טאוול. די אינסטרומענטן וואס מען ניצט זענען כולל א גראפיטער בלייער, א פען מיט טינט, וואקסענע קאלירטע בלייערס, קריידלעך, קרייד, האלצקוילן און אויך געוויסע מעטאלן. עס איז אנדערשט ווי א מאלעריי ווייל דאס ברויך ארויסברענגן דאס בילד אן די הילף פון קאליר ווי א מאלעריי נאר דורך די גרעניץ און שאטן וואס דער פענע דארף פון זיך אליינס ארויסברענגען די מצב מיט דאס איז דאס מער גלייך צו די גראפישער טעכניק פון דרוק. ו ...

הלל קאזאווסקי

הלל קאַזאָווסקי איז אַ ישראלדיקער קונסט-קענער, אַ מומחה אויף ייִדישער פּלאַסטישער קונסט און מאָדערניסטישער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1956, האָט זיך געלערנט אויפן היסטאָרישן פאַקולטעט פונעם מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט אויף לאָמאָנאָסאָווס נאָמען. באַנאַנד מיט דער טעטיקייט אינעם געביט פון קונסט-פאָרשונג האָט ער אין די 80ער - אָנהייב 90ער יאָרן פונעם 20סטן יאָרהונדערט אַקטיוו אָנטיילגענומען אינעם אָרגאַניזירן ייִדישע קהלשע און וויסנשאַפטלעכע אינסטיטוציעס אינעם סאָוועטנפאַרבאַנד. אין 1992 איז ער עולה געווען קיין ישראל, האָט זיך באַזעצט אין ירושלים און זיך ...

ראפ מוזיק

רעפ איז אן אפריקאנישער מוזיק זשאנער, ווי מגראמט מיט פיוטים, און מטענהט זיך מיט לאזונגען, אויף ווילדע טענער און תנועות פון גוף. עס איז ווי א דעבאטע מיט כלי זמר און נגינה.

שרייבער

א שרייבער איז דער וואס שרייבט שרייבונגען. עס זיינען דא פארשידענע שרייבערס: א שריפטשטעלער איז דער וואס שרייבט ליטעראטור פאר זשורנאלן אדער ביכער. רעפארטער אדער זשורנאליסט איז דער וואס שרייבט אין צייטונגען. סצענאר שרייבער איז דער וואס שרייבט סצענעס פאר פילמען אדער פאר טעלעוויזיע פראגראמען. פראזאיקער איז דער וואס שרייבט פראזע. ליריקער איז דער וואס שרייבט טעקסט פאר א קאמפאזיטאר כדי צו מאכן פאר די טעקסט מעלאדיע. איבערזעצער איז דער וואס זעצט איבער פון איין שפראך צו אן אנדערעס, דאס קען זיין ביכער, ארטיקלען, דיכטונגען, ליעדער א.א.וו. דיכטער איז דער וואס שרייבט דיכטונגען פיוטים. דראמאטורג איז דער וו ...