ⓘ רעליגיע - גייסטליכקייט, געצנדינעריי, דזשייניזם, דער בעל תשובה, זאראאסטריזם, טוביה זינגער, טעאלאגיע, טעיזם, יוניטעריען, ישוס ריכטיגע קירכע ..

גייסטליכקייט

גײַסטליכקײַט באצייכענט א הייליגער אדער גוטער שטימונג. דאס איז אז דער גייסט איז אין פולן טעם פון הייליקייט ער שפירט זיך נאנט צו גאט און פליעט אין די הויכע ספערן פון מיסטישקייט. ווען מען גלויבט אין איבערנאטורליכע זאכן און אין רעליגיעזע גלויבונגען הייסט דאס אויך גײַסטליכקײַט. קבלה מוסר און חסידות געבן זיך אסאך אפ מיט דעם. אויך אלע רעליגיעס און אטעיסטן געבן זיך אפ דערמיט.

דזשייניזם

דזשייניזם איז א פאנטעיסטישע רעליגיע וואס לערנט קיין געוואלד קעגן לעבעדיקע באשעפענישן. די נשמה מוז זיך אויסלערנען הערשן איבער די אינערלעכע שונאים. אין דער מאדערנער וועלט, איז דזשייניזם א קליינע אבער השפעהדיקע רעליגיעזע גרופע מיט עטלעכע 4.2 מיליאן נאכפאלגער אין אינדיע, און דערפאלגרייכע וואקסנדיקע געמיינדעס אין צפון אמעריקע, מערב אייראפע, דעם ווײַטן מזרח, אויסטראליע און אנדערש וואו.

דער בעל תשובה

יוסף שאַפּיראָ איז אויפגעוואקסן אין א חסידישן שטוב, איבערגעלעבט די קריג און זיך מסדר געווען אין די פאראייניגטע שטאטן מיט זײַן געליעבטע פון פאר דער מלחמה. ער איז מצליח, ער ווערט א גביר, אבער ער האט נישט קײַן אינערלעכע צופריעדנקייט. נאכן דורכפאל, ווען זײַן פילגש וואס פּרעסט כסדר ארויס געלט פון אים קריגט זיך מיט זיין טאכטער, אנטלויפט ער, און ווען ער קומט אהיים אינמיטן דער נאכט, זעהט ער ווי א פראפעסאר שלייכט זיך ארויס פון דארט, לאזט ער אלעס איבער ער און ווערט א פרומער בעל תשובה.

זאראאסטריזם

זאראאַסטריזם איז א רעליגיע און פילאסאפיע געגרינדעט דורך זאראטוסטרא עטלעכע הונדערטער יאר פאר דער ציווילער רעכענונג אין דער פערסישער אימפעריע. עס איז אמאל געווען פון די גרעסטע רעליגיעס אין דער וועלט היינט האט די רעליגיע א פאר הונדערט טויזנט אנהענגער, וואס כמעט אלע וואוינען אין איראן און אינדיע. ווען איסלאם האט זיך פארשפרייט אין דער פערסישער אימפעריע, זענען עטלעכע הונדערטער טויזנטער פון די אנהענגער אין זאראאסריזם אנטלאפן אין אינדיע, און די געמיינדע דארט ווערט גערופן "פאַרסי".

טוביה זינגער

טוביה הכהן זינגער איז א בארימטער רב אין מגיד שיעור, ער איז דער פארזיצער פון אויסזוכן אידישקייט. געבוירן אין כ"ח אלול התש"כ, פּענסילוועניע, אַמעריקע. רבי טוביה האָט באַשלאָסן זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל אין זומער 2019.

טעיזם

טעיזם איז דאס ערקלערונג צו גלויבן אז גאט אנטפלעקט זיך פאר די באשעפענישן און נביאים מיט וועגן וואס זיינען העכער פון די נאטור. דריי רעליגיאנען וואס גלויבן אין מאָנאָטעיזם זענען יידישקייט, קריסטנטום און איסלאם.

יוניטעריען

אוניטארישער אוניווערסאליזם איז א ליבעראלע רעליגיע געגרינדעט אין 1961 דורך א פאראייניגונג צווישן די אמעריקאנישע אוניטארישע אסאסיאציע וועלכע איז געשאפן אין 1825 און די אוניווערסאליסטישע קירכע פון אמעריקע געשאפן אין 1866. זי פארמאגט ארום אכט הונדערט טויזנט מיטגלידער איבער דער וועלט פארבונדן צו די צוויי הויפט ארגאניזאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן און אין קאנאדע, וועלכע פארמאגן עטליכע טויזנט קלויסטערס אונטער זיך.

ישוס ריכטיגע קירכע

‫ ישוס ריכטיקע קירכע איז אַ קריסטלעכע שטרעמונג, געגרינדט געװאָרן אין כינע 1917, זי פֿאַרמאָגט 1.5 מיליאָן גלײַבערס איבער דער גאַנצער װעלט. אײנע פֿון זײערע מיצװת איז צו היטן שבת. ‬