ⓘ געגנטן אין ישראל - בית ישראל, געגנט, ריגל געגנטן, אבן ישראל, קווארטאל, קרית ספר, בית וגן, רמות ..

בית ישראל (געגנט)

בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע מירער ישיבה געפינט זיך אין בית ישראל. דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין יחזקאל ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". סאיז דא א מסורה אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די קרבנות וואס מען האט אראפגענומען פונעם מזבח.

ריגל געגנטן

31°48′10″N 35°13′48″E די ריגל געגנטן זענען א קייט פון פיר יידישע געגנטן אין צפון־מזרח ירושלים וואס פארבינדן סנהדריה מיט הר הצופים. די געגנטן האט מען אויפגעשטעלט נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה צו שאפן א פאראייניקטע זידלונג צווישן מערב ירושלים און הר הצופים, כדי צו פארמיידן דעם אפשניט פון הר הצופים א צווייט מאל, און צו דערמעגלעכן שאפן א שאסיי, אשכול בולעוואר, וואס גייט אדורך יידישע געגנטן. רמת אשכול און אשכול בולעוואר האבן א נאמען נאכן פרעמיער מיניסטער פון ישראל לוי אשכול, וואס האט איניציאירט אויפשטעלן די ריגל געגנטן. ‏

אבן ישראל (קווארטאל)

אבן ישראל איז דער ערשטער ייִדישער קוואַרטאַל געבויט אין דעם נחלאות קאָמפּלעקס אין ירושלים אין 1875, נאנט צו יפו גאס. איר אייגנאַרטיקייט איז געווען אין דער פאַרשיידנאַרטיקער נאַטור פון אירע איינוואוינער - אשכנזים און ספרדים, צעטיילט אין צוויי גרופּעס, מיטגלידער פון די "לערנערס" און אַרטאַזאַניסטן, רײַך און אָרעם.

קרית ספר

קרית ספר איז א פרומע געגנט אין דער נייער שטאט מודיעין עילית אין ישראל. לעבן קרית ספר זענען דא די געגנטן בראכפעלד מאיאנטעק און נאות הפסגה. די באפעלקערונג פון קרית ספר איז 40% ליטוויש, 30% חסידיש און 30% ספרדיש.

בית וגן

בית וגן איז א געגנט אין מערב ירושלים. די ארומיגע געגנטן זענען רמת בית הכרם, רמת שרת, גבעת מרדכי און קריית יובל. געגרינדעט אין 1921 אין דער צייט פון דעם בריטישן מאנדאט אלס איינער פון די זעקס גאָרטן־געגנטן. סאיז דעמאלסט געווען דער העכסטער פלאץ אין ירושלים, לעבן הר הרצל, און וועגען דעם איז דא אינמיטן געגנט א רעזערוו פון וואסער. די הויפט גאס איז "רחוב הפסגה", וואס איז געווען די העכסטע גאס אין ירושלים, ביז די אויפבוי פון דער גילה געגנט. היינט זענען רוב איינוואוינער פרומע חרדישע אידן, אשכנזישע ספרדישע צוגלייך, דארט איז דא אסאך בתי מדרשים און ישיבות, ווי קול תורה, ישיבת עטרת ישראל, ישיבת הר המור ...

רמות

רמות אלון איז א געגנט אין ירושלים וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1974 ווי איינע פון די פינף געגנטן אויסצושפרייטן ירושלים אויף א גרויסן פארנעם, און מיט דער צייט האט זיך עס שטארק אנטוויקלט און היינט האט עס איינוואינער ווי א מיטל-שטאט אין ישראל מיט 40.000 איינוואוינערס. סצוטיילט זיך אין 6: רמות ב רמות א רמות ג רמות ד רמות פולין, רמות אונגוואר, תפארת רמות, און נוף רמות זיינען אלץ איין געגנט מיט פרומע איינוווינער. רמות 06 שכונת רמות ה איז אינמיטן א האנדל צענטער דער נאמען רמות שטאמט פון דעם פסוק ספר שמואל א כ"ה "וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו ויקברוהו בביתו רמה" וואס לויט דער טראדיציע איז ...