ⓘ העברעיש - פראנצויזישע בערגל, המודיע, ליטוואקעס, בקעה, מקור ראשון, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, אלף בית, אליעזר בן יהודה, גימטריא, הייליג פאר מיר ..

פראנצויזישע בערגל

פֿראַנצויזישע בערגל איז א געגנט אין צפון-מזרח ירושלים, געגרינדעט 1971. ער איז צו צפון פון דעם העברעאישן אוניווערסיטעט וואס דאס ברענגט אסאך סטודענטן צו דינגען דארט דירות. ער איז א שטילער און רואיגער געגנט מיט 7.000 איינוואוינער, גאנץ קליין קעגן אנדערע געגנטן,

המודיע

המודיע איז א צייטונג וואס קומט ארויס טעגליך אין ארץ ישראל אויף העברעיש, און אין אמעריקע אויף ענגליש. אין אנהייב פלעגט דאס ערשיינען אין אידיש אין פוילן, אבער היינט צוטאגס איז דאס נישט פארהאנען אויף דער אידישער שפראך צוליב דעם וואס אין די אגודה קרייזן רעדט מען אזוי פיל יידיש.

ליטוואקעס

ליטוואַקעס זענען יידן וואס שטאַמען פון ליטע. די ליטוואקעס זיינען שטארק פרום און אסאך פון זיי פירן זיך לויטן גר"א שטרענג לויט דעם שלחן ערוך. לערנען תורה איז ביי זיי דאס עיקר לעבן. היינט אין אמעריקע האבן זיי אַדאָפּטירט געוויסע פירונגען פון די חסידים, אבער זענען נאך אלץ מער וועלטליך און מאדערן. היינטיקע רעליגיעזע ליטוואקעס רעדן יידיש ליטווישן דיאלעקט און אויך די שפראך פון לאנד, ווי למשל אין אמעריקע רעדן זיי ענגליש און ארץ ישראל העברעיש. די בחורים שניידן אדער שערן זיך די בארד. באהאלטן די פיאות אונטער די אויערן.

בקעה

בקעה איז א געגנט אין דרום פון ירושלים, די נאמען פון געגנט איז אראביש, און ווערט געזאגט באקאה, אבער דער מיינונג איז טאל ווי אויף העברעיש. ארגינעל איז די געגנט געבויט געווארן דורך אראבער, אין די ענדע 19טער י"ה. און פאר איטליכער הויז איז געווען א גארטן, פאר לאנדווירטשאפט, וואס האט אנגעהאלטן ביז די 1950ער יארן. ביי די מלחמת השחרור זענען די איינוווינער אנטלאפן, און די געגנט איז אויף די יידישע זייט, די רעגירונג, האט אויפגעשטעלט בלאק הייזער, פאר אלע נייע עולים, און די גארטנס זענען פארשווינדן געווארן. אין די לעצטע יארן, איז די שטאטראט פארנומען מיט איבערבויען, און צופיצן די געגנט. די געגנט גרענעצט ...

תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע

תל אָביב אוניווערסיטעט באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען באַן סטאַנציע אין צפון תל אביב, נאנט צו תל אביב אוניווערסיטעט און דעם ישראל יארידן און קאנווענצן צענטער. די סטאַנציע האָט פיר פעראנען און פֿון דאָרטן קען מען פארן צו אַלע צילן פֿון דער ישׂראל-באַן. זי איז געבויט געווארן אין יאר 2000.

אלף בית

אַלף־בית איז דער נאָמען פון די לשון־קודשדיקע אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות. מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען לשון־קודש, יידיש, העברעאיש, לאַדינאָ, אַראַמיש און אַנדערע שפּראַכן וואָס יידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.

אליעזר בן יהודה

אליעזר בן יהודה איז געווען דער גרינדער און שאפער פון דער מאדערנער העברעישער שפראך. געשטארבן שבת מיט דער פענע אין דער האנט.

גימטריא

גימטריא מיינט אז יעדער אות פון לשון הקודש האט א ווערט לויט נומערן. עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו רעכענען גמטריאות, אזוי ווי די ענדע אותיות מנצפ"ך קענען ווערן גערעכנט לויט זייערע אותיות ווערט, אבער לויט געוויסע חשבונות ווערט דאס גערעכנט צו די הונדערטער נומערן נאך ת אזוי קומט אויס אז ב"ן איז בגימטריא שב"ת. גימטריאות טרעפט מען שוין אין די גמרא, און אין ספרי קבלה, און ספרי חסידות. הייינט צו טאגס באנוצן זיך בדחנים מיט שיינע גמטריאות ווען זיי גראמען ביי א חתונה. דער ספר "בעל הטורים" פון רבינו יעקב בן אשר איז פול מיט גימטריאות אויף די פסוקים פון דער תורה.

הייליג פאר מיר

די פילם פאלגט נאך א פרייער טור גייד וואס האט זיך געטויפט צו קריסטנטום און געווארן א גלח וואו ער פיהרט טוריסטן אויף א מאדנעם טור אין תל אביב פּרעדיגנדיג פאר זיי די גאנצע צייט איבער רעליגיעזע זאכן.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →